הגרש''ש טעלער שטעלט אפ די ארטיקלען קעגן בעלז

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

הגרש''ש טעלער שטעלט אפ די ארטיקלען קעגן בעלז

הודעהדורך נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 8:05 pm

הגרש''ש טעלער בייגט זיך פאר די בעלזע טעראר:

די לעצטערע וואכען זינט ס'האט אנגעהויבען לויפען מאמרים פינעם בעל השקפה ש.ב. מרגליות איבער'ן שרעקליכען מזוייף'דיג בוך פין איינע פין די חצר בעלז וואס האט זיך געדרייט ביים שטיב פין לעצטן בעלזער רב הרה'ק מהר''א זצוק''ל
ווי דער חצוף שילדערט גאר ביליג און שמוציג די באזיך פון הגה''ק מ'סאטמאר ביים בעלזער רב און לייגט אראפ דעם בעלזער רב ווי א חדר יונגעל און דעם הייליגען סאטמאר רב ווי א כ'וויל ניש זאגען וואס
לאור זה האט דער השקפה שרייבער ש.ב. זיך גענימען צולייגען די גאנצער מזויף'דיג בוך ווי ס'ברויך צו זיין און עטליכע לענגערע געשרייבעכץ

און... די בעלזע האבען זעך גענימען שפרינגען ווען ס'האט זיי געכאפט דאס קדחת די סאטמארע זענען שוין ווידער דא מיט זייערע שטיק מיר האבען דאך אויסגעהאמערט א שלום געשפרעך נו ווי קומט מען דא אזוי מיאוס אינז אראפ רייסען
נאך פילע טעראר מצד קליין דער בעלזער פארטרעטער און פארהאנדלער וואס ער האט שטארק געפרעשערט אויף די ארגון דער בלאט ובאי ביתו ביים רבי'ן
האט דער כותב המאמרים די וואך קלארגעשטעלט אז לעת עתה איז'ס אויף האולד און העט זיך בקרוב עקסטער באפאסען אויף א באזינדערע פארמאט מיט די חצופי בית בעלז

פילע ליינער זענען אנגעווייטאגט וויזוי דער שרייבער לאזט די ליינער הענגען אין דער ליפט אינמיטען אזא הערליך מאמר בלויז צוליב די טעראר פון די שלום שפרעכער מצד בעלז
וואס האמיר צו שולדיג בלייבען פאר בעלז?
אז זיי טרויען זיך נאכען מפייס זיין דעם דברי יואל ארויסצוגעבן אזא שמוץ ביכעל פ''וו זאל הגרש''ש ניש זיין בארעכטיגט צו ענטפערן מנה אחת אפיים ביזן זיבעטן ריפ??

אין שלום לר... זוי זעהט אויס ווען מ'רעדט זיך איין מ'קען מיט זיי שלום שפרעכן ס'גארניש אנדערש ווי די זרעליס מיט זייערע ראבישע שכנים וואס ס'איז ענדלאז
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:17 pm

ממש א גרויל און עקל די שפראך וואס דו ניצט. איך שרייב דאס שנעל, איידער דעם אשכול ווערט פארשפארט.

איך האב שוין מעורר געווען אין דעם "דער בלאט" אשכול, אז זיין ארטיקל איז מלא סתירות און שקרים.
האסט נישט וואס צו שרייבן? שרייב עס נישט דא.
באניצער אוואטאר
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5562
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
געפינט זיך: אין א ספק.
האט שוין געלייקט: 3472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5477 מאל

הודעהדורך אויס מענטש » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:15 pm

אויס מענטש האט געשריבן:@קאווע טרינקער וואס זענען די סתירות ?
און וואס איז מיט די סתירות און טעותים און ספר פאר משה (רוטנער) אויף וואס זיין ארטיקל באציט זיך.
סאיז סתירות אסתירות קרמית
גראדע איז די בעלזע ווערסיע טויזנט מאל מער פארדרייט ווי די סאטמארע

דאס האב איך געפרעגט אין יענעם אשכול ואצפה לתשובתו הרמה

בנוגע דער נאר בשמחה ניק, ער האט אן אגענדע און עס לוינט זיך נישט צו טענהן אויף א בפירושע אגענדע וועסט אים ענטפערן אויף איין זאך האט ער זעקס נייע קשיות
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 273 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:17 pm

מיין קלינינג-גויטע האט ארויסגעפארן די בלאט.
האסט דאס נאך?
ליין אנהייב ביז סוף.
האסט נישט וואס צו שרייבן? שרייב עס נישט דא.
באניצער אוואטאר
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5562
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
געפינט זיך: אין א ספק.
האט שוין געלייקט: 3472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5477 מאל

הודעהדורך I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:20 pm

מ'וועט דארפן רעדן צו די ארץ ישראלדיגע אידן אז זיי זאלן אנהייבן גראבן ערגעץ אנדערש...
שר חמש מאות...
I'm back
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 532
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 1451 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

הודעהדורך חזקיהו המלך » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 2:54 am

לדעתי זענען די סאטמארע אליינס די מערסטע פוגע אין דעם כבוד פין דעם סאטמארער רב זצוק"ל, נאך בחייו האבען זיינע שטוב מענטשען אים אויסגענארט אין פארקויפט שקרים, אין ווער רעדט נאך לאחר מותו, וואס די פירער האבען געניצט זיין הייליגע שיטה פאר א פאליטישע פארטיי,

די גאנצע בעלזא מעשה איז ווי ס'זעהט אויס געקומען נאר נאכדעם וואס די סאטמארע האבען גוט אנגעדרייט דעם בעלזע'ר רב, אי ער איז געווען א יונגערמאן אין ער האט זיך געלאזט אנדרייען, נאכדעם האבען זיי עס געניצט קעגען אים, זיי האבען אים סייווי געוואלט אפשוואכען, אין דא האבען זיי געהאט א גוטען תירוץ, ארויס צי קומען מיט א נארישען קול קורא מיט האלב חתימות געצווינגען אין געפעלטשט, זיי (די סאטמארע פאליטיקאנטען) זענען געווען א באנדע רשעים אין טעראריסטען, אין זיי האבען עס געטוהן פאר זייערע אינטערעסען אין נישט ווייל ס'האט אין זיי געברענט די כבוד פין סאטמארע רב, גלייבט מיר סאטמארע רב וואלט נישט געוואלט אז אזאלכע בריונים זאלען זיך אננעמען פאר זיין כבוד, ס'איז ובקהלם אל תחד כבודי,

זענען זיי געגאנגען אין אנגעארבעט א פייערדיגע מחלוקת פאר גארנישט, בעלזא רב האט טאקע געמאכט א מיסטעיק, אבער זיי האבען זיך געפרייט דערמיט, זיי האבען געזיכט די שטעקען מיט וואס אים צי שלאגען, אין דא האט ער עס אליינס געמאכט פאר זיי, אבער ווי געזאגט זיי האבען געמיינט אייגענע אינטערעסען,

למעשה וועגען דעם בעלזא ביכל, כ'פארשטיי נישט פארוואס דער בלאט ברויך זיך צי וויסענדיג מאכען, כאילו ס'פעלט וואס צי מתקן זיין אין סאטמאר אז זיי האלטען שוין ביים בעלזא ביכל, ס'איז פשוט די תאוה פאר מחלוקת, זאל בעלזא שרייבען וואס זיי ווילען, וועם גייטעס אן, כאילו סאטמאר שרייבט נישט וואס זיי ווילען, נארישקייטען,

טאמער זיך אננעמען פאר דעם כבוד פינעם דברי יואל, איז דא א לאנגע ליסטע וואס סאטמאר דארף ערשט טוהן ביי זיך פאר זיי נעמען זיך צי אנדערע, יא זיי מעגען דערמאנען למשל איין וואך אביסעל שרייבען דערוועגען, מיילא, אבער לויפען גאנצע פארזעצונגען פארדעם ?, נאנסענס, סתם זיך געזיכט צי רייצען,

שוין, ודי למשכיל,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 584
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 8:31 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 561 מאל

הודעהדורך נאר,,פרייליך » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 8:28 am

חזקיהו המלך האט געשריבן:למעשה וועגען דעם בעלזא ביכל, כ'פארשטיי נישט פארוואס דער בלאט ברויך זיך צי וויסענדיג מאכען, כאילו ס'פעלט וואס צי מתקן זיין אין סאטמאר אז זיי האלטען שוין ביים בעלזא ביכל, ס'איז פשוט די תאוה פאר מחלוקת, זאל בעלזא שרייבען וואס זיי ווילען, וועם גייטעס אן, כאילו סאטמאר שרייבט נישט וואס זיי ווילען, נארישקייטען,

חזקי' ס'ניש אמת דעס זאגען אז פינקט ווי סאטמאר שרייבט וואס זיי ווילען זאל בעלז נאכטאן די זעלבע ווייל אזא נידריג געשרייבעכץ פערסענעל קעגן א צד אינעם יעמאלטיגער מחלוקה

איז נאכניש געשריבען געווארען דורך קיין שום סאטמארער אפיציעלער שטוב מענטש גבאי באי ביתו וכו' ס'האט קיינער ניש פוגע געווען פערסענעל בכבוד תורתו וקדושתו פון הרה''ק מהר''א זצוק''ל

אבער די בעלזע חצופים האבען היצט נאך קרוב צו זעכציג יאר וואס ס'שוין אריבער זינט די פגישה און האבען ניש עפעס בעסער'ס ווי צו פוגע זיין פערסענעל אין סאטמאר רב איז דאס הינדערט פראצענט רעכט פאר תלמידי וחסידי סאטמאר צו מגונן זיין על כבוד רבם עני טיים וויפיל די בעלזע זענען מגונן לכבוד בית בעלז
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

הודעהדורך שרייבער » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 8:33 am

חזקיהו המלך האט געשריבן:די גאנצע בעלזא מעשה איז ווי ס'זעהט אויס געקומען נאר נאכדעם וואס די סאטמארע האבען גוט אנגעדרייט דעם בעלזע'ר רב, אי ער איז געווען א יונגערמאן אין ער האט זיך געלאזט אנדרייען,


דזשאסט פאר די רעקארד, דער יונגערמאן דער סאטמאר רב איז שוין געווען דאן א בן שבעים
על מה יצא הקצף
viewtopic.php?p=210188#p210188
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1794
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1019 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 864 מאל

הודעהדורך נאר,,פרייליך » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 8:47 am

שרייבער האט געשריבן:
חזקיהו המלך האט געשריבן:די גאנצע בעלזא מעשה איז ווי ס'זעהט אויס געקומען נאר נאכדעם וואס די סאטמארע האבען גוט אנגעדרייט דעם בעלזע'ר רב, אי ער איז געווען א יונגערמאן אין ער האט זיך געלאזט אנדרייען,


דזשאסט פאר די רעקארד, דער יונגערמאן דער סאטמאר רב איז שוין געווען דאן א בן שבעים


חזקי' רעדט פון תש''מ ווען דער בעל ברך משה איז נאך געווען בעפאר די זיבעציג און דער בעלזער אין די דרייסיגער יארען
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 9:10 am

חזקיהו מישט מהר"א מיט מהרי"ד השני.

איינע פון די חילוקים וואס איז כדאי צו נעמען אין חשבון ווען מ'שטעלט צוזאם וואס סאטמאר שרייבט און וואס בעלזא שרייבט: די וואס שרייבן צד בעלזא זענען מענטשן - גבאים און משמשים - ממקור ראשון. משא"כ אין סאטמאר רעדט מען פון געלבמאן פילאפף און טעללער, והבן.

ווילאנג סאטמאר וועט נישט איינזעהן אז איסור "בחירות" איז א שיטה יחידאי, און אפילו אויב מ'האלט אז ס'איז אסור האט דאס מיט אמונה און יסודות הדת קיין שייכות, וועלען זיי זיך מוטשענען צו פארענטפערן זייער אייגן געמאכטע קלאץ קשיא, הלמאי ס'געווען צדיקים וואס זענען געגאנגען צו בחירות.
הערטס אויף!
גראבן אין ארץ ישראל האט נישט מיט אמונה אין תחית המתים!
תיקון עירובין האט נישט מיט אמונה אין "מחלליה מות יומת"!
און נישט יעדעס מאל איינער האלט אנדערשט ווי דיר, איז יענער אן אפיקורס מחמת" זאת התורה לא תהא מוחלפת".
האסט נישט וואס צו שרייבן? שרייב עס נישט דא.
באניצער אוואטאר
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5562
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
געפינט זיך: אין א ספק.
האט שוין געלייקט: 3472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5477 מאל

הודעהדורך דעת תורה » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 10:17 am

לויטן (עיקר) טעם פונעם ויואל משה (לאפוקי די אנדערע אוסרים) איז בחירות דייקא יא א (אביזרייהו ד) אמונה אישו. כאטש לאו דוקא פון די יסודות הדת.
כל מחשבה שהוא גורם לו לאדם לעקור עיקר מעיקרי התורה מוזהרין אנו שלא להעלותה על לבנו ולא נסיח דעתנו לכך ונחשוב ונמשך אחר הרהורי הלב. מפני שדעתו של אדם קצרה ולא כל הדעות יכולין להשיג האמת על בוריו... ואינו יודע המדות שידין בהן עד שידע האמת על בוריו ונמצא יוצא לידי מינות.. (רמב"ם עיי"ש)
דעת תורה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1445
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 1355 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 993 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 10:30 am

דעת תורה האט געשריבן:לויטן (עיקר) טעם פונעם ויואל משה (לאפוקי די אנדערע אוסרים) איז בחירות דייקא יא א (אביזרייהו ד) אמונה אישו. כאטש לאו דוקא פון די יסודות הדת.

דיין חתימה קומט זייער צוניץ:
כל מחשבה שהוא גורם לו לאדם לעקור עיקר מעיקרי התורה מוזהרין אנו שלא להעלותה על לבנו ולא נסיח דעתנו לכך ונחשוב ונמשך אחר הרהורי הלב. מפני שדעתו של אדם קצרה ולא כל הדעות יכולין להשיג האמת על בוריו... ואינו יודע המדות שידין בהן עד שידע האמת על בוריו ונמצא יוצא לידי מינות.. (רמב"ם עיי"ש)

מ'קען זאגן בדרך אפשר, אז דער רמב"ם "ונמצא יוצא לידי מינות" מיינט, אז מ'מאכט די עבירות גרעסער, כאילו ס'האט מיט מינות.
האסט נישט וואס צו שרייבן? שרייב עס נישט דא.
באניצער אוואטאר
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5562
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
געפינט זיך: אין א ספק.
האט שוין געלייקט: 3472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5477 מאל

הודעהדורך דעת תורה » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 10:34 am

זאג, דעם ויואל משה האסטו אמאל געלערנט?
כל מחשבה שהוא גורם לו לאדם לעקור עיקר מעיקרי התורה מוזהרין אנו שלא להעלותה על לבנו ולא נסיח דעתנו לכך ונחשוב ונמשך אחר הרהורי הלב. מפני שדעתו של אדם קצרה ולא כל הדעות יכולין להשיג האמת על בוריו... ואינו יודע המדות שידין בהן עד שידע האמת על בוריו ונמצא יוצא לידי מינות.. (רמב"ם עיי"ש)
דעת תורה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1445
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 1355 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 993 מאל

הודעהדורך בעריש » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 11:34 am

קאווע טרינקער האט געשריבן:
איך האב שוין מעורר געווען אין דעם "דער בלאט" אשכול, אז זיין ארטיקל איז מלא סתירות און שקרים.

סתירות און שקרים לויט ווי א בעלזער מוח לערנט דאס אפ.
דאס זעלבע ווי סאיז פארן סאטמארע מוח שווער אפצילערנען ווען פרידמאן קומט פארקויפן וואס דער סאטמארער רב האט געזאגט ביים טיש, אדער ווי גרויסער חסיד און וויפיל הכנעה ער האט געזאלט האבן פאר בעלזער רב.

אגב א גרויס חלק פון טעללער'ס מקורות קומט פון אזאנע אידען ווי רמ"א פריינד זצ"ל במכתבו משנת תשט"ז, אדער די טעיפס פון ר' ליפא שווארץ וואס האט דאן באגלייט דעם רב צום באזוך, און אפילו וואס דער רב אליינס האט פארציילט אויפן שיף פאר עטליכע אויפן וועג צירוק.
און וואס איז די פראבלעים אנצינעמען מעשיות פון עלטערע אידן וואס דערציילן ענינים וואס בדידהו הוה עובדה??
בעריש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 183
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

הודעהדורך דעת תורה » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:17 pm

אוודאי וועט א סאטמארער מספר נישט פארציילן דברים המביכים את סאטמאר, וכן להיפך. נאר וואס, מען הערט ביידע, ומיניה ומיוניה תסתיים שמעתתא.
כל מחשבה שהוא גורם לו לאדם לעקור עיקר מעיקרי התורה מוזהרין אנו שלא להעלותה על לבנו ולא נסיח דעתנו לכך ונחשוב ונמשך אחר הרהורי הלב. מפני שדעתו של אדם קצרה ולא כל הדעות יכולין להשיג האמת על בוריו... ואינו יודע המדות שידין בהן עד שידע האמת על בוריו ונמצא יוצא לידי מינות.. (רמב"ם עיי"ש)
דעת תורה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1445
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 1355 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 993 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 3:55 am

קאווע טרינקער האט געשריבן:חזקיהו מישט מהר"א מיט מהרי"ד השני.

דער צאנאמען מהרי"ד השני איז קאפירייט ביי מאכנווקע ווואס אפאר יאר נאך וואס זיי האבן מחליט געווען אז דער עולם האט שוואכע זכרונות און פאר די יונגווארג קען מען סיי ווי פארקויפן וואס מען וויל און מען מוז איציקל'ס נאמען ריינוואשן פאר יעדע פרייז. אנגעהויבן האט זיך עס מיט א נארמאלע "ר' יצחק דוד" אביסל שפעטער (בעיקר ווען מען האט געדארפט באקן מעשיות בשמו ואכמ''ל) איז ער נתעלה געווורן צו "הרה"צ ר' יצחק דוד" ולא נתקררה דעתם ביז מען האט עם געקרוינט בשם "מהרי"ד השני"!

נ.ב איך ווייס אויך פונעם טאוול אין ביהמ"ד הגדול בירושלים.
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3222
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 2600 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1102 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 6:26 am

איי העוו נאו קלאה וואט יאו אר טולקינג עיבאוט.
ווער איז יצחק דוד?
האסט נישט וואס צו שרייבן? שרייב עס נישט דא.
באניצער אוואטאר
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5562
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
געפינט זיך: אין א ספק.
האט שוין געלייקט: 3472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5477 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 8:40 am

יצחק דוד ע''ה הנקרא איציקל איז דער טאטע פון מחנווקער רבי ,עס איז דא אסאך צו שרייבן איבער זיין היסטאריע ואין הזמן גרמא לכך.
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3222
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 2600 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1102 מאל

הודעהדורך קאמענטירער » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 1:57 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:חזקיהו מישט מהר"א מיט מהרי"ד השני.

איינע פון די חילוקים וואס איז כדאי צו נעמען אין חשבון ווען מ'שטעלט צוזאם וואס סאטמאר שרייבט און וואס בעלזא שרייבט: די וואס שרייבן צד בעלזא זענען מענטשן - גבאים און משמשים - ממקור ראשון. משא"כ אין סאטמאר רעדט מען פון געלבמאן פילאפף און טעללער, והבן.

ווילאנג סאטמאר וועט נישט איינזעהן אז איסור "בחירות" איז א שיטה יחידאי, און אפילו אויב מ'האלט אז ס'איז אסור האט דאס מיט אמונה און יסודות הדת קיין שייכות, וועלען זיי זיך מוטשענען צו פארענטפערן זייער אייגן געמאכטע קלאץ קשיא, הלמאי ס'געווען צדיקים וואס זענען געגאנגען צו בחירות.
הערטס אויף!
גראבן אין ארץ ישראל האט נישט מיט אמונה אין תחית המתים!
תיקון עירובין האט נישט מיט אמונה אין "מחלליה מות יומת"!
און נישט יעדעס מאל איינער האלט אנדערשט ווי דיר, איז יענער אן אפיקורס מחמת" זאת התורה לא תהא מוחלפת".

והעיקר שכחת א גרויסע דיפערענץ צווישען די סאטמארע און די בלזאים איז דו וועסט נישט הערן רעדן אין סאטמאר אויף די לעצטע בעלזא רב אזוי ווי א בעלזער רעדט אויפען סאטמאר רב און איך וויל נישט איבערזאגען מיט וואספארא זילזול ב
ס׳איז אזא מין פרצה, אז ווען ״וועלט" וואלט ווען געווען ״וועלט״, וואלט מען ווען חרוב געמאכט די ״וועלט״!!! (קרעדיט: רעב מיילעך שטערן)
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

הודעהדורך שעפעלע » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 4:17 pm

כ'ווייס נישט וואס מען מאכט אזא בראטל אז מען קוקט אריין אינעווייניג פונעם מאמר (די וואך כלומפערשט אויפן דעת תורה פון הגאון מטשעבין) זעהט מען ווי ער ברענגט ארויס קליפ און קלאר די פורים וואס מען האט געמאכט מיטן הייליגן בעלזער רב
אונטערשטע שורה רשש"ט האט גוט אויסגעשפילט זיינע פרא בעלזער רעדאקטארן און געטוישט די טעמע נאר לפנים אבער אינעם ארטיקל ברענגט ער ארויס די פאלשקייט פון די בעלזער שטוב מענטשן ביזן זיבעטן ריפ אריין...
אגב איך מיין אז ס'איז שוין צייט ס'זאל זיך פארמירן ביי די חסידי מהר"א שליט"א א רעוואלוציע אנטקעגן די פרא בעלזער רעדאקטארן פונעם בלאט און עפענען אן אייגענעם צייטונג (ועיין ערך אוצרות און די צייטונג וד"ל)
שעפעלע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 02, 2013 3:49 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל


גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט