אחות קטנה... (כעין פאעזיע)

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

אחות קטנה... (כעין פאעזיע)

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 2:01 pm

לעצטע יאר ביי אחות קטנה
איך טראכט מיר אזוי, מה נשתנה
וויפל יארן עס זענען שוין אריבער געלאפן אין מיין לעבן
וויפיל מאל מען האט שוין געהאפט אז תכלה שנה וקללותיה

יעדעס יאר נאכאמאל
זינגט מען אחות קטנה,
פול מיט האפענונג אז דאס יאר איז עס שוין אמת'דיג
און תחל שנה וברכותיה
מען וועט אריבערמישן א נייעם בלעטל
אנהייבן פון פריש

אוועק פון די צרות, גענוג איז גענוג
דער נייער יאר וועט ברענגען בלויז בשורות טובות
מיר וועלן זיך איבערבעטן מיט גאט
און פארבלייבן גוטע פריינד

אני לדודי ודודי לי
מיר זאלן דאס אנהאלטן אויך אויף ווייטער
שיינע פשעטלעך און ווערטלעך מיטן ה' פון השנה
דאס יאר זאל שוין ענדליך זיין דאס ריכטיגע יאר

זינט מיינע יונגע יארן, האב איך דאס כסדר געהערט
ר"ה א ניי יאר, מען טוט תשובה, מען בעהט זיך איבער
יום כיפור איז א טאג פון סליחת עוון
עיצומו של יום מכפר, אף לשאינם שבים

די אלטע חשבונות פאלן אוועק, מען הייבט אן פריש
פון טיפן הארצן וואונטשט מען זיך
לשנה טובה תכתב ותחתם
די קינדערלעך, אזוי הארציג זיי וואונטשן

ליידער אבער וואס א יאר עס גייט פארביי
זע איך נישט די רעזולטאטן פון די מחילה וסליחה
עס ווערט מיר קאלט אין די ביינער
וואס האבן מיר דען גע'פועל'ט אין די הייליגע טעג

לעצטע יאר פעסט באשלאסן
דאס יאר וועט זיין דער יאר
איינרייסן אן רחמנות מיט געוויין אין טרערן
שערי דמעות לא ננעלו
זיכער וועט מען קענען עפעס אויס'פועל'ן
צרות ישראל זאלן שוין פארמינערט ווערן

אויפגעשטאנען סליחות פארטאגס
זיך ארויסגעריסן פון טיפן קורצן מוצאי שבת שלאף
א קיל ציפעדיג סליחות ווינטל בלאזט
א מקוה'לע א טבילה מען כאפט
מיט א צובראכן געמיט הייבט מען אן וויינען
לך ה' הצדקה ולנו בושת הפנים

געפאסט א האלבן טאג, כמנהג רבותינו
פרובירט מדקדק צו זיין בקלה כבחמורה
געדאווענט בעסער, געלערנט פלייסיגער
געשאנקען א שמייכל פארן חבר, געזוכט צו טאן חסד

ערב ראש השנה מען שטייט שוין אויף צו זכור ברית
א לאנגע סליחות, די פוס שיער צעברעכן זיך
די לאנגע יוצרות און פיוטים צום סוף
א הארץ קען צוגיין צוהערנדיג דאס געפעכט
מיט אלע מיני טענות פרובירט מען צו פועל'ן ביי גאט
אם כבנים אם כעבדים, אבער ביטע, רחמנות!

עס ווערט שוין פארנאכטס, די שטערנס ערשיינען אונטער די וואלקענעס
מיט א געשפאנטן געמיט גייט מען אין ביהמ"ד
די לעצטע תפלה פון יאר איז מלא התעוררות
מען זינגט אחות קטנה, דער גאנצער עולם ביינאזאם
מען וויינט און פארפירט, תכלה שנה וקללותיה
מען האפט און מען בעהט, תחל שנה וברכותיה

מען זינגט א שיינעם נוסח ביי מעריב
מען שרייעט תקעו בחודש שופר
נאך מעריב מען וואונטשט זיך הערצליך
לשנה טובה תכתב ותחתם וכו'

מיט האפענונגס-פולע הערצער
אז דאס יאר זאל טאקע זיין לחיים טובים ולשלום
מען גייט צו די זיידעס און רבני העיר
לברך ולהתברך מיט א זיסע יאר

מען קומט אהיים אין שטוב
מען מאכט אלע סימנים פון חז"ל
מען טינקט עפל אין האניג, קאפ פון א פיש
נישט קיין חריין, קיין זויערס, נאר פול מיט יהי רצונ'ס

לך אכול בשמחה את לחמך, זאגט די הלכה
כי כבר רצה אלקים את מעשיך
פארלאז דיך אז גאט האט מקבל געווען די תפלות
און מהיום והלאה וועט שוין זיין זיס

צופרי מען שרייעט מיט ציטער "המלך"
מען טוט קרוינען דעם באשעפער אלס אונזער קעניג
מען בלאזט שופר אין ביהמ"ד
דאס שטעלט כביכול גאט פון כסא דין צו רחמים

אבער אוי ואבוי! אוי מה היה לנו
מוצאי יו"ט הייבן אן קומען שמועות מחרידות,
א יונג בחור'ל פלוצים נסתלק געווארן
א יונג קינד אין א ביהכ"ס זיך דערטרונקען

רבונא דעלמא כולא
איך שפיר אויסגעשפילט ביז די טיפענישן
זו תפלה וזו שכרה?
איז דאס די רעזולטאטן פון אונזערע בקשות און הפצרות?
אבער מיר גייען ווייטער אן מיט אמונה
מתפלל זיין און מען פרובירט האפן אויף ווייטער

אזוי גייען אדורך די עשרת ימי תשובה
מלא סליחות וסגולות, קרבנות כפרות ותשליך
מיר בעטן אויף סליחה וכפרה,
מיט א הבטחה אויף א בעסערן יאר

עס דערנענטערט זיך יוכ"פ אליינס
דער פארכטיגער טאג, מיר זענען ווי די מלאכים
ווייס ווי שניי, ריינע אויסגעלייטערטע נשמות
נישטא קיין חומר, אלעס איז נשתנה לצורה
א העכערע וועלט, קיין גשמיות עס עקזיסטירט גארנישט
נישטא קיין שטן קיין יצה"ר, בלויז ווייסע קיטלען און נאסע מחזורים

מבוקר ועד ערב איין קייט פון תפלות ובקשות
מיט האפענונג אז ויאמר ה' סלחתי כדברך
טיף אין הארץ מען איז זיכער אז מען פועל'ט אלעס גוטס
מען האלט שוין בעת נעילת שער, חתמנו לחיים, מלך חפץ בחיים!
בטוח אני באלה, די תפלות רייסן יעדנס הארץ

ה' הוא האלקים! און א תקיעה שאלט אין ביהמ"ד
לשנה הבאה בירושלים, א פריידיגע אטמאספערע נעמט יעדן ארום
פושט צורה ולובש צורה,
ביז מינוטן איז נישטא קיין זכר פון די אימת הדין

פול מיט האפענונג יעדעס אידיש הארץ
אז מיר האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס
מען קומט אהיים אין שטוב
מיט שמחה מען וואשט זיך צו א סעודה

עס קומט סוכות, ב"ה דאגות און הכנות ביז די לעצטע מינוט
זיך איינגעהאנדעלט א שיינעם פרי עץ הדר כהלכה
צומארגנס מען גייט ארויס מיט די לולבים אין דער הייך
לפי שישראל ואומות העולם מקטרגין בראש השנה
וכשישראל יוצאין ולולביהם ואתרוגיהם בידם
מיד הכל יודעין שישראל נוצחין בדין

די ימי השמחה זענען א באווייז אז מיר זענען די געווינער
מיר קענען שוין מהיום והלאה זיין פרייליך
מיר שפירן פארזיכערט אז דער קומענדיגער יאר
וועט שוין זיין מלא שמחה, ישועות ונחמות

מען קען זיך נישט געזעגענען, קשה עלי פרידתכם,
גאט בעהט זיך, עכבו עמי יום אחד
מיט די תורה טאנצט מען פול מיט פרייד
הקפות מען לויפט ביז אין די נאכט אריין

* * *

א גאנץ יאר איז פארלאפן
מיינע געפילן זענען אויפגעברויזט און אנטוישט
איך קוק צוריק אויפן יאר, און טראכט ביי מיר
זענען די שפיטעלער ווייניגער פול מיט חולי ישראל?
האט הצלה געהאט ווייניגער פאון קאלס דעם פארגאנגענעם יאר?

דער מצב איז ליידער פארקערט, גאר ערגער
רופא חולימ'ס בודזשעט איז נאר געשטיגן
רינועל האט געהאט פיל מער נירן-טראנספלאציעס ווי בעפאר
די גמ"ח'ן האבן געמוזט פארבארגן פיל מער געלט ווי לעצטע יאר
די טורמעס האבן אריינגענומען נאך פילע היימישע אידן
מיט אומדערהערטע טערמינען, א בראך אויף זיי און זייער משפחה

וויפיל אידן דרייען זיך נאך אלץ ארום אן פרנסות
וויפיל שלום בית פראבלעמען און גיטין געווען דאס יאר
וויפיל טראגעדיעס און הארצרייסענדע פאסירונגען
א יונג פארפאלק מיטן צוקונפטיגן קינד, ברוטאל פארשניטן
הצרות האחרונות משכחות את הראשונות
גאנצע שטיקער תוכחה ווערט אויף אונז מקויים

אין רוחניות איז גארנישט בעסער
די נסיונות ווערן נאר שטערקער
שטיקער פאלן פון כלל ישראל, אן רחמנות,
אפגעפארענע און OTD וכל שום וחניכא דאית להו,
פון-טרערן דורכגענעצטע קישענעס
וואס די עלטערן און די משפחות פארגיסן
און אפילו די ערליכע פון אינדרויסן
פלאגן זיך אויך אין הארצן צו סורווייווען

ובכל זאת שמך לא שכחנו
מיר פרובירן מיט די לצטע כוחות
די אמונה הענגט אויף א האר
עס איז אין סכנה, שווער זיך צו האלטן

היינו ללעג וקלס בגויים
אלעס מאכן חוזק פון אונז, ליצנות
אויף אלע שמוציגע בלאגס, א פחד צו קוקן
טראץ דעם אלעם געבן מיר נישט אויף

מיר בעטן השקיפה ממעון קדשך מן השמים
עורה, למה תישן! גאטעניו, געוואלד
עס האלט שוין ביי חרב חדה מונחת על צוארינו
אין לנו על מי להשען, אלא על אבינו

אבער ליידער קוקט אויס פון אויבנ-אויף
אז אונזער פאטער קוקט נישט אום אויף אונז
אלקי, אקרא יומם ולא תענה ולילה ולא דומיה לי
רחוק מישועתי דברי שאגתי

און כאטש מיר גלייבן אז דו ביסט מציץ מן החרכים
דאך איז דער הסתר פנים פיל גרעסער
א שוידערליכן חשכות הגלות, גדול מנשוא
מיר האבן זיך נישט געקענט אזוינס פארשטעלן אין וויסטן חלום

* * *

אצינד האלטן מיר פארן נייעם יאר
ליידער איז די האפענונג פארלאשן
די הערצער פארשטאפט, פול מיט אנגסט
די טרערן קוועלער פארטרוקענט

מען גייט שוין נאכאמאל זינגען אחות קטנה
מען גייט נאכאמאל בעטן – כמעט צום 2000'סטן מאל
תכלה שנה וקללותיה, תחל שנה וברכותיה
אבער די ווערטער קלינגען פרעמד, גארנישט היימיש

וויפיל איז דען דער שיעור צו בעטן און האפן,
און עס שטעלט זיך ליידער ארויס אז לשוא תוחלתי
דער צוקונפט איז פארהוילן, שרעקעדיג, אומזיכער
מלחמות, שנאת ישראל, צרות יגון ואנחה

מיר בעטן דיר, פאטער זיסער
עשה עמנו אות לטובה
וייראו שונאינו ויבושו
איינמאל פאר אלעמאל

מיר זאלן שוין זוכה זיין
והסר ממנו יגון ואנחה
מיר זאלן שוין זוכה זיין צו זעהן ישועת ה'
הראנו ה' חסדך, אפענע ישועות

עס זאל זיך גיסן ברכות און השפעות
בני חיי ומזוני אן קיין צמצום,
די קינדערלאזע זאלן אויפגעראכטן ווערן
די זיווג'לאזע זאלן טרעפן די באשערטע

פרנסה מיט א שמוץ אריבער מער וויפיל מ'דארף
הרחבת הדעת מען זאל דיך קענען דינען
עס זאל הערשן שלום אויף דער וועלט, בפרט צווישן אידן
די וועלט זאל זיין א איינגענעמע פלאץ

ברענג צוריק אונזער האפענונג
לאז אונז נישט אויסגעשפילט
זיי מקבל אונזערע קרבנות
מאך אונז נישט פילן ווי דער חודש תשרי איז ארויסגעווארפן
און מיר זאלן שוין קענען זינגען מיט א אמת'ע צפיה
תחל שנה וברכותיה...


----------------


איך פארשטיי נישט צופיל צו פאעזיע.
איך שרייב נאר אפ מיינע מחשבות,
און צוטייל עס אויף שורות
ממילא ליגט עס נישט אין קונסט פארום
אויב וויל איינער מאכן דערפון א שיינעם פאום,
אדרבה! נישטא קיין השגת גבול
קאווע שטעטל - דער ענטפער צו די חינוך און פרנסה פראבלעמען!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11925
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 11259 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12207 מאל

הודעהדורך בן תמליון » זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 2:27 pm

הערליך שיין און הארציק.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1412 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1790 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 3:34 pm

בעיוטיפעל. ס'האט מיר בארירט רגשי ליבי, און מעורר געווען שטארק צו תשובה. דאנקע שיינע שמעקעדיג. וואו איז פינקי ווען מ'דארף מער'אים.
נאר א טאן אויף דעם פעהלט נאך.
מאמר החכם: די זעלבע שרשים, עיקרים און פראבלעמען חזר'ן זיך כסדר איבער, נאר די ניק נעמען טוישען זיך אביסעל.
ואני אומר: לאמיר אננעמען אז אידישקייט איז אייביג געפארן אויף דעם מהלך. פון א רבי אמאל ביז א רבי היינט. פון א שמוציגער פאליטיק ביז מחלוקת לשם שמים.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1723
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 2794 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1803 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 3:52 pm

א דאנק פאר די באדאנקערס.
טאמבעלע, כ'האב באמת נישט אינזין געהאט צו מעורר זיין צו תשובה, איך האב אינזין געהאט צו מעורר זיין דעם רצון העליון כלפי כלל ישראל,
אבער אויב האט עס מעורר געווען צו תשובה, איז דאס א באונעס, והיה זה שכרי.
קאווע שטעטל - דער ענטפער צו די חינוך און פרנסה פראבלעמען!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11925
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 11259 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12207 מאל

הודעהדורך טישו באקס » זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 4:07 pm

שמעקעדיג.
איך בין זיכער אז דיינע דיבורים האבן געמאכט א רעש אויבן אין הימל!
באניצער אוואטאר
טישו באקס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 10:57 pm

זייער שיין שמעקעדיג! דאס שיינקייט איז נישט צוליב די רייכע שפראך, אויך נישט צוליב די פאעזיע מיטן גראם. קיין טראפ הומאר, און קיין שום לאגיק אדער פשט'ל. אבער עס איז מלא אמת, honesty און לויטער געפילן. דאס שפיגלט אפ אקוראט ווי אזוי אסאך ערליכע אידן שפירן גענעננדיג זיך צו די טעג וואס זענען מוקדש לתפילה, הן בביה"כ והן אין דער היים. עס פרעגט זיך פון זיך אליינס, פארוואס עפעס בעטן? ווער הערט? וואס וועט עס אויפטון? סתם זיך גרייטן א פרישע אנטוישונג? אבער מיט דעם אלעם גייען אלע ווייטער אין שול. איינער די גאנצע צייט, איינער נאר די ערשטע סליחות. איינער קומט אן צו שחרית, די צווייטע צו די תקיעות, און די דריטע טשעקט אריין ערשט ביי ונתנה תוקף.

סקעפטישערהייט ווארפט ער די טלית איבער דאס פנים און די קוואל פון טרערן עפנט זיך ברייט. אלע פיין, רוחניות'דיג ווי גשמיות'דיג פליסן איבער דאס הארץ כאטש דער איינמאל א יאר. נאכן ענדיגן ווייסט ער נישט מער ווי ער האט געוואוסט פריער, ער איז נישט מער זיכער ווי פריער אבער דאס אויסוויינען איז נישט שלעכט, עס איז ווי אן oil change איין מאל א יאר.

תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה. איז דאס דען א געבעט? ווער הארכט די געבעט? און וועם קימערט עס אויסער מיר? אפשר איז צייט פאר א נייע בליק.

ביים זמן שקיעת החמה פונעם יאר, ווען מען גרייט זיך אריינצוטרעטן אינעם נייע יאר, מאכט מען א חשבון פונעם פארגאנגענע יאר צו זעהן אלעס וואס מיר האבן ליידער מיטגעמאכט, אלע צער און ווייטאג. אבער מיר זענען שטארקע מענטשן און מיר זענען זיך מחזק אז קומענדיגע יאר וועט זיין נאר מלא ברכות. איי, פאר יאר, פאר צוויי יאר און דריי האב איך געמיינט די זעלבע, אבער דאס יאר וועט טאקע אזוי זיין. מיר זענען פאזאטיוו, און מיר האפן אזוי, מיר פאוקעסן אויף די גוטס.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2097
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 5208 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4502 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 11:02 pm

שמעקעדיג, ווער דארף פאעזיע? ווען הארץ רעדט צו הארץ, בלוט רעדט צו בלוט. דיין פשוטע מאמע לשון וואס ברענגט ארויס די טיפע רגשי אבדון וצפיה לישועה שטייגט איבער אלע קיצעלדיגע לשונות. ס'הארץ רייסט ווען מ'קוקט זיך אום, וואו שטייען מיר אויפן וועלט, איז עפעס בעסער געווארן? פאר אלע וואס זענען ב"ה געהאלפן געווארן דעם יאר, זענען דאפעלט פון דעם אומגליקליך געווארן ל"ע, לעינינו עשקו עמלינו ממושך וממורט ממנו, נתנו עולם עלינו, סבלנו על שכמינו, עבדים משלו בנו, פורק אין מידם, צרות רבות סבבונו,און אזוי ווייט האלטן מיר אז אפילו ווען קראנו ה' אלוקינו, דאך רחקת ממנו בעוונינו. וואס וועט זיין די סוף?

-----
הוגה האקט.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6810
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6837 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 11:19 pm

פאעזיע איז א מוגבל. ער שניידט די ווערטער און געפיהלן צום גראם. ממילא פעלט טייל מאל אין טעם. אבער ווערטער וואס פליסן בלי הגבלה, איז ריינע און אמת'ע מחשבה.
Sent from my mothers basement using dial-up
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 6128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5759 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 5:22 pm

איך וויל מיך אליינס לייקן.
איך קוק איבער דעם אשכול, שוין לאנג פארגעסן כ'האב עס געשריבן, ס'גלייבט זיך מיר נישט, יעדע שורה נעמט מיך איבער נאכאמאל, יעדע ווארט אזוי ווייטאגליך אמת (ליידער),
איי איי, וואס וועט זיין תכלית מיט אונז אין גלות.
קאווע שטעטל - דער ענטפער צו די חינוך און פרנסה פראבלעמען!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11925
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 11259 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12207 מאל

הודעהדורך Chasidishmashpia » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 6:06 pm

wow wow wow major
Chasidishmashpia
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 10:28 pm

WOW שמעקעדיג דו האסט א מעכטיגע פעדער,
איך בין נישט אייביג אין די גוסטע פון פאעזיע, סאו איך האב נישט געליינט ביז איצט,

וואס זאל איך דיר זאגן ר' שמעקעדיג, ליידער ווער איך נישט נתעורר אזוי לייכט אדער שנעל, אבער דיין הארציגע שורות, אן קיין גראמען מוזיק אדער אנדערע קונצן האט מיר מוראדיג בארירט, אפי' א שטיקל הירהור תשובה געברענגט,

וויאזוי אפאר פשוטע ווערטער האבן זיך ארומגעשפילט מיט מיינע געפילן, פון צער, ווייטאג, האפענונג, סעודה אום ראש השנה, פאסטן, יום כיפור דאווענען, די אנגענעמע סוכות, דערנאך יאר שפעטער די יאוש, די געפיל פון דיספעיר, ממש היפנאטירט, ווי אין א צויבער, (:o :( 8-) :shock: :cry: :) :roll: :x :D :roll: :( :?: :?: :?: :? :o (מיט אנטשולדיגוג צו ר'בערל בעל עגלה))

א אמתן יישר כח, שמעקעדיג, איך ווארט נאר אויף א מער אפטעמיסטישן אינסטאלאציע צווישן יום כיפור און סוכות!
The truth is a snare: you can not have it, without being caught.

(Søren Kierkegaard (Danish philosopher ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1681
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1457 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט

cron