בלאט 1 פון 2

א רואיג ווינקל פאר כופרים...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 3:14 am
דורך ונבנתה העיר
געקומען זענען זיי אין אלע שעות, אין לאנגע שורות זענען זיי געשטאנען, יונג און אלט פון אלע סטאנציעס און שאו'ס, די שאלות זענען אבער געווען די זעלבע, ווי צו 'סאלאמאן דע ווייז' האבן זיך זייערע מיילער צוגעריקט צו מיין אויער; וואלט איהר באוויליגט ר' ונבנתה, אנטשולדיגט ר' ונבנתה, איהר האט דאך עפעס אפגעשריבן א טויזנט תגובות אין קאווע שטיבל, וואס האט איהר צו זאגן? וואס איז אייער מעסעדזש פאר אונזערע\אייערע כ'ווייס וואס?

האביך זיי אלע אריינגערופען צו מיר אין שטוב, נאכ'ן זיך באקוועם מאכן הייב איך אהן: לאמיך אייך איבערגעבן מיינס אן אבזערוואציע; האט איהר אמאל באטראכט די פיהלע יחידים וואס שטעלן צוזאם קאווע שטיבל? האט איהר אמאל באמערקט אז איהרע חברים באשטייען פון סאטמאר'ער, באבוב'ער, ליובאוויטש'ער, פאפא'ער, מתנגדים, ספרדים, סליפקין'ער, רב הראשי דבריטניה'ער, סלונים'ער, ניקלשבורג'ער, מיללער'ער, סלאנים'ער, בעלזא'ער, משפיעים'ער, ברסלב'ער ועוד ועוד.

יעצט שטעלט זיך די פראגע וואס ברענגט זיי אלע צוזאמען לפונדק אחד? כ'מיין דערווייל האבן ר' מאטל זילבער און דער פריים מיניסטער פון אוגאנדא נאכנישט געבויעט א סייט צוזאמען, עס מוז דאך עפעס זיין א צד השוה ביי די אלע, עפעס האבן זיי א קאמאן נקודה וואס פאראייניגט זיי?

פון אלע ווינקלען שאקעלט מען מיט'ן קאפ, יא, ער פרעגט דאך גוט, און ווילאנג זייערע אויגן פאלגן נאך מיינע לעפצן ווי היפנאזירט הייב איך אהן אזוי:

איך וועל אייך זאגן, און דא ציה איך ארויף די שטימע צו א דראמאטישן טאן פאר מאקסימום אימפאקט, די צד השוה צווישן די אלע איז אז זיי זענען אלע כופרים!...

כופרים?! יא, גוט געהערט; כופרים!

די גמ' זאגט כל הכופר בעבודה זרה נקרא יהודי, וויסן זאלט איהר אז רוב פון די מענטשהייט דרייעט זיך ארום מיט קליינע געטשקעלעך אין טאש, איין געטשקע הייסט סיסטעם, איינע הייסט שווער\שוויגער, איין געטשקע רופט זיך איך-האב-נישט-קיין-געדולד-צו-טראכטן, געוויסע מאדעלס געטשקעס הייסן שכן\שכנה, לאמיך-טוהן-היינט-ווייל-כ'האב-געטוהן-נעכטן, און זיי קומען אין אלע מאדעלס און סייזעס.

איהר וועט עס נישט גלייבן, אבער רוב מענטשן האבן קיינמאהל אין לעבן נאכנישט געטראכט פון א בורא פון די בריאה; ווער איז ער, וואס איז ער, וואס וויל ער פון מיר, ווען זיי דארפן עפעס טוהן כאפן זיי שנעל די רעלעוואנטע געטשקע און געבן זיך א שנעלן ביק, איינער שרייעט אויס 'בעלי בעלי', א צווייטער קרעכצט 'שכנתי שכנתי', מען טוהט אפ די צערעמאניע, און נעקסט - וועלכע געטשקע קומט יעצט, אויף דעם וועלן זיי זיך מוסר נפש זיין, אוועקגעבן די לעצטע פרוטה און דאס געזונט, רודפ'ען די ווייב און קינדער – ויתגודדו כמשפטם בחרבות וברמחים עד שפך דם עליהם.

האבן זיך ארויסגעשטעלט געוויסע אידן - אחד הי' אברהם, אנשים אשר רוח בהם, און געזאגט מיר זענען אידן! מיר זענען כופר אין עבודה זרה, מיר ווילן וויסן פון א בורא, מיר ווילן האבן א קשר מיט זיינע מצוות, מיר ווילן אריינעמען זיינע הדרכות, אט די אידן, די פליישיגע אידן, אויך אידן, טאקע אידן, זיי זענען די שרידים אשר ה' קורא וואס טראכטן נאך אמאל פון א באשעפער.

אט דאס איז די בריח התיכון וואס איז זיי מאחד – פיהר איך אויס מיט פאטאס – עליהם אמר הכתוב בעסער אונזערע כופרים ווי שיטה'ס יושבים...

ווי זאגט מען נאך, ביים גירוש נוי יארק האט מען עס געזעהן בחוש, די אלע וואס האבן געטוהן ווייל כ'האב נישט קיין געדולד צו טראכטן, ווייל דער שכן טוהט, ווייל די פארטיי טוהט וכו', די האבן זיך נישט געהאלטן – זיי זענען געפאלן ווי די פליגן, אויב עבודה זרה'ס איז שוין דא בעסערע, געהאלטן האבן זיך נאר די עטליכע אידן כופרים בע"ז וואס האבן צוגעלייגט אביסל קאפ און הארץ צו זייער אידישקייט.

--------------------

זיצט דער אייבערשטער ארומגענומען מיט סאנטא'ס און דער שמש שרייעט אויס: נעקסט! ונבנתה האט אפגעשריבן טויזנט תגובות, לאמיר זעהן וואס דארטן טוהט זיך.

דער שמש מישט און נישטערט, פלוצלינג רופט ער אויס בשמחה: יא! ער איז א היימישער, א כופר!

אם יש עליו מלאך מליץ אחד מיני אל"ף, ויחוננו ויאמר: פדעהו מרדת שחת, מצאתי כופר!

והקב"ה מה הוא אומר? הדין דידי!...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 12:26 pm
דורך יואב
וכאן המקום להודות לשבח לפאר ולרומם אונזער ידיד בית הכופרים הלא הוא הרב ונבנתה. ער גליטש זיך אריין באישון לילה--מיט זיין שוין אזוי אויך פארטינקלטן אוואטאר--אן קיין גבאים, בקול רעש...קטן. ווישט א תגובה'לע דארט, א לייק'עלע דא, און לויפט זינגען שירה צום בורא כל העולמים כי עלה השחר. צופרי ווען דער עולם שטייט אויף צו א דינע שיכט זאכליכע תגובות אויסגעשפרייט אויפן האריזאנט, זעהט זיך טיפזיניגע מאטריאל. ווערטער, שתים שהן ארבע. בעל התניא, רעלאטיוואטי, און אז פון שמייכל אפטיילונג שטארצט ארויס די "ונבנתה קאוד", לויפט מען באלד א קוק צו טאהן עפעס א גוטן מילתא דבדיחותא, עפעס וואס איז פילפאכיג מער ווערד ווי טיפישע שוויגער, וועלט געזאגטע, א זיסער איד געוועזן אדער ווי אזוי האט נאר יענער געזאגט ווערטלעך. מזל טוב צום טויזנטן תגובה! כה לחי!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 12:57 pm
דורך ממרום שלח אש
איך האב געלייקט מחמת עס איז גוט געשריבן, איך ליב דיר, און לכבוד דיין טויזענטסע תגובה.

אבער דער מעסעזש... איי די מעסעזש ביניך זיך עפעס נישט גוט מסדר דערמיט, עפעס פילט עס נישט ריכטיג.

אהה.. געכאפט.. וואס עס שטערט מיר...

די חברה ברויכן נישט מען זאל ראמאנטיזירן די פאקטן, זיי גלייכן עס רוי, גרוי און בלוטיג.

כופרים במובן הפשוט איז עפעס אינגאנצן אוועקצומאכן?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 9:49 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה: הערה א': שפתיים ישק. נאר כ'קען נישט דערגרייכן ביסט צו ווייט: הערה ב':האסט פארגעסן (אין דיין רהאפסאדי) צו שרייבן דעם פסוק (אדער סאטמאר'ער מאמר) "ברכיים אשר לא כרעו לבעל". :lol:

נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 10:08 pm
דורך יואב
ר' בערל, וואס ונבנתה האט פארגעסן ווייסט איר בעסער ווי מיר. די סמיילי זעה איך האט איר אבער נישט פארגעסן. אזוי פארבייגייענדיג דעם אשכול האט זיך מיך פאר א וויילע געדאכט האסט פארפעלט דעם סמיילי; כ'האב שוין מורא געהאט אפשר שערי סמייליס ננעלו. למעשה זעה איך הגם בלויז איינס, די סמיילי סיסטעם איז סטיל עלייוו.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 10:41 pm
דורך berlbalaguleh
יואב האט געשריבן:ר' בערל, וואס ונבנתה האט פארגעסן ווייסט איר בעסער ווי מיר. די סמיילי זעה איך האט איר אבער נישט פארגעסן. אזוי פארבייגייענדיג דעם אשכול האט זיך מיך פאר א וויילע געדאכט האסט פארפעלט דעם סמיילי; כ'האב שוין מורא געהאט אפשר שערי סמייליס ננעלו. למעשה זעה איך הגם בלויז איינס, די סמיילי סיסטעם איז סטיל עלייוו.

ער איז נישט נאר "עלייוו" נאר עלייוו ענד קיקקינג!!! :lol: :roll: :oops: :mrgreen:

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 12:39 am
דורך הוגה
הרב ונבנתה, כאן המקום להודות. מיר האבן שטארק הנאה פון דיינע פערל ווערטער, ספעציעל די ציצים ופרחים וואס דו ווארפסט אריין טאג טעגליך דא און דארט. עס איז אונז א כבוד צו פאאברענגען מיט דיר צוזאמען.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 12:56 am
דורך יאיר
א גרויסן דאנק פאר דיין 'אשכול הכופר'. יה"ר דאס זאל טאקע מקויים ווערן במהרה דידן, דער אור הגנוז פון די חנוכה ליכט זאל אריינשיינען, להעביר גילולים מן הארץ והאללים כרת יכרתון.
מענין לענין האב איך די וואך געזען א געוואלדיגע ווארט פון משך חכמה. משה רבינו איז אראפגעקומען פון הר סיני, געזען דעם עגל און צובראכן די לוחות. מה ענין עגל אצל לוחות?
נאר ווען משה האט געזען אז די אידן האבן געמאכט פון א קאלב אן עבודה זרה האט ער זיך בארעכנט, אויב זיי קענען מאכן פון דעם קאלב אן ע"ז וועלן זיי דאך מאכן פון די לוחות אויך אן עבודה זרה, האט ער זיי צובראכן. ענדערש א צובראכענע לוחות ווי אן עבודה זרה'דיגע לוחות. והוא עמוק עמוק מי ימצאנו.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 12:15 pm
דורך ונבנתה העיר
מזל טוב, כן אזכה לשלשת אלפים.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 12:44 pm
דורך שמעון וואלף
מזל טוב, מזל טוב!
עוד ינובון בשיבה, געזינטערהייט און מיט הרחבת הדעת

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 4:20 pm
דורך שעפטל
אינטערסאנט איז מיר אז איך האב עפעס דעם אשכול פארפאסט און ס'ערשטע מאל געזעהן יעצט.
נאכאמזל האלסט ביי צוויי טויזענט!!!

מזל טוב!!! (מיט קעפיטל לעטטערס..)
אבער ס'פארלאנגט זיך א געהעריגע אשכול ביי 2000! מאך אונז נישט ווארטן ביז 3000!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 4:34 pm
דורך ברסלבער
מזל טוב ונבנתה! א גרויסן דאנק פאר אלע דיינע רייכע באלערענדע תגובות ביז אהער, און יה"ר אויף ווייטער.

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2018 3:38 pm
דורך תנחום
די מודעה האט מיר דערמאנט פון דעי אשכול

א רואיג ווינקל פאר כופרים...

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2020 11:55 am
דורך מי אני
ואולי קען מען זאגן א רמז בזה בדרך צחות קצת, עפ״י אלף בית גימל דלת הי ויו. והיינו, אז אין שבת עז: טרעפן מיר אז מאכלו של ה״גמל״ היא קוצים ע״ש. און עס איז באקאנט פונ׳ם מרגניתא דרב (מהרב ברוך פרענקל) וואס טייטשט די פסוק (בראשית ג חי) קוץ ודרדר תצמיח לך, אז צווישן די ד׳ פון ״אחד״ [הקב״ה] און די ר׳ פון ״אחר״ [ע״ז], דהיינו ״דרדר״, איז די חילוק נאר א ״קוץ״ [ביים אויבערשטען רעכטן עק], און דאס מיינט די פסוק צו זאגן אז עס וועט זיין שווער מבחין צו זיין וכו׳ ע״ש.

וממילא קענען מיר זאגן אזוי, ״אלף בית״, ביים ״טויזנסטן״ תגובה אינ׳ם ״בית״ הקפה, ״גמל דלת״, איז מען מעורר איבער׳ן חילוק פונ׳ם קוץ שהיא מאכל ה״גמל״ וואס דאס דארף זיין ביים ״דלת״ כדי צו זיין א כופר בכל מיני ע״ז [אחר] וכתגובתו של @ונבנתה העיר, וממילא בלייבט מען מיט די ריכטיגע אמונה בה׳ שמרומז באותיות ״הי ויו״ וכדאיתא שם בשבת להלן קד. ע״ש.

נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:17 am
דורך מי אני
8F540C43-5BA3-494B-9049-450192A27413.jpeg

נשלח: פרייטאג יולי 31, 2020 10:52 am
דורך berlbalaguleh
מי אני: ווען מ'זוכט א שידוך פון דענקערס, שטעלט זיך די אוניווערסאלע פראגע..."מה נאכל"...ווייל אויף א ליידיגן מאגן. און ס'איז גארנישט אנגעגרייט צו דערנעהרן דעם גוף, קען דער נפש נישט ארבעטן.

איך ווייס פון מיר אליינס. ווען איך קום אהיים נאך א טאג ארבעט, און ס'איז גארנישט צוגעגערייט פאר סאפער, האביך נישט קיין געדולד צו מיין ווייב'ס פילאזאפישע חקירות. צי די וועלט איז רונדעכיג אדער פלאטשיג. אדער אויב די זון דרייט זיך ארום די וועלט. אדער פארקערט. ערשט נאכדעם וואס איך רוק אריין א גוטן, געשמאקן סאפפער נעם איך מיך אויסהערן מיין ווייב'ס חקירות. און פרובירן צו פארענטפערן זיי. איינס ביי איינס.

משא"כ אויב מיין ווייב וואלט געווען אן אינטעלעקטואל און א חקרנית. און זי וואלט נישט געוואוסט וויאזוי מ'מאכט א פאטעיטא קוגל. און פאר סאפפער וואלט מען א יעדן צווייטן טאג געגעסן פרענקס. און אינצווישן האמבורגערס. וואלט מיך גאנץ ווייניג אינטרעסירט אויב מענטשן שטאמען פון מאלפעס אדער פון בערן...!

ומעשה שהיה. איך בין אמאל געווען אין א ספרים געשעפט ווען אן עלטער מיידל איז אריינגעקומען. און זי האט געבעטן פון דעם געשעפטסמאן אז זי ווילל א פירוש אויף משלי. האביך מיך (כמעט) אנגערופן צו איהר. אז ס'איז וויכטיגער אז זי זאלל וויסן וויאזוי צו מאכן א פאטעיטא קוגל. ווי איידער גריבלען זיך אין די מיינונג פון די פאעמס און משלים פון ספר משלי...!

Re: א רואיג ווינקל פאר כופרים...

נשלח: פרייטאג יולי 31, 2020 11:29 am
דורך מי אני
אין ב״ק עב. זאגט דארט טאקע תוס׳ ד״ה דלא אכלי אז דאס וואס רב נחמן האט נישט גוט געענטפערט [רש״י - לא דקדקתי טעמו של דבר] איז טאקע ווייל ער איז געווען שרוי בתענית ע״ש.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 8:05 pm
דורך מי אני
A8192D52-CA48-4A7E-83E6-6E2918E96B95.jpeg

נשלח: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 10:25 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מי אני האט געשריבן:
A8192D52-CA48-4A7E-83E6-6E2918E96B95.jpeg

לויט דעם קען מען אויך פארשטיין די מאמר חז״ל ״לא הגלה הקדוש ברוך הוא את ישראל לבין האומות אלא כדי שיתוספו עליהם גרים״, איז מיר אלץ שווער געווען אז למעשה זעהט מען דאך אז די מציאות האט זיך ארויסגעשטעלט פונקט קאפויער, קעגן יעדן גר וואס קומט צו פאלן אוועק טויזענט אנדערע, ביי מתן תורה זענען געשטאנען א מינימום דריי מילליאן אידן, וויפיל אידן שומרי תורה ומצוות זענען נאך איבערגעבליבן היינט? נישט נאר וואס מיר פארמערן זיך נישט אין גלות, מיר האלטן אין איין שרינקען. אבער לויט דעם פארשטייט מען שוין זייער גוט. :twisted:

נשלח: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 10:35 pm
דורך מי אני
ולפי״ז איז דאך דאס ווייטער פשט אין דעם אז (יבמות מז:) קשים גרים לישראל כספחת. דאס איז ווייל זיי זענען מדקדק אין דעם וואס עס זעהט זיי אויס ווי חומרות אא״וו (עיין בפסחים צא:) וואס דאס איז דאך די היפך פון טעאיזם וכוונת הנרצה… :D

נשלח: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 10:41 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אבער לויט די פריערדיגע פשט אז מאמינים זענען באמת כופרים און די כופרים זענען די אמת׳דיגע מאמינים שטימט נאך בעסער, קשים גרים (OTDs) לישראל כספחת, פשוטו כמשמעו. :lol: :lol:

נשלח: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 2:59 pm
דורך מי אני
וז"ל של השם טוב במו"נ ח"ג פנ"א:
כי המחשבה בדמיונות לא תקרא דעה אמנם תקרא העולה על רוחכם, ולכן מי שיחשוב וירבה לזכרו [הקב"ה] מבלי חכמה והוא נמשך אחר דמיון לבד או נמשך אחר אמונתו שנמסרה לו מזולתו הוא חוץ לבית ורחוק ממנו בלתי זוכר את השם באמת ולא חושב בו, כי הדבר אשר בדמיונו ואשר יזכור בפיו אינו נאות לשום נמצא כלל אבל הוא דבר בדוי שבדהו דמיונו, זה האיש ראוי שיקרא כופר כמו שביארנו בתוארים [ח"א פל"ו ופ"ס].

נשלח: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 9:44 pm
דורך מי אני
[left]
What yesterday was still religion is no longer such today; and what today is athesim, tomorrow will be religion

Ludwig Feuerbach[/left]