בלאט 1 פון 7

אייער מיינונג און עקספיריענס איבער היימישע געשעפטן

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:16 pm
דורך שטילע אינגערמאן
איך פיהל ס'וואלט געווען גאנץ וויכטיג פאר אונז צו האבן דא א אשכול ווי יעדער קען זאגן זיין מיינונג איבער היימישע געשעפטען
דאס רעכנט אריין פרייז, געשמאק איינצוקויפן, ריין, גוטע קאסטומער סערוויס וגו'

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:19 pm
דורך [NAMELESS]
רבי יוסף הערש וויינשטאק'ס ספרים (דעקלעך) געשעפט, בארנס און נאבל מעג זיך קומען לערנען. קרעם-דעלא- קרעם.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:21 pm
דורך שטילע אינגערמאן
אין א געוויסע גראסערי די וואך ערב שבת, איז געשטאנען א פרוי צו צאלן, עס קומט איר טשאנס צו צאלן זאגט זי אז זי וויל דעליווערי, זיי פאקן אלעס אריין אין באקסעס, (דער פרוי געבט נישט אפי' אפ איר נומבער, די רעזשיסטער האט אליין געקענט די נומבער אלץ גוטע קאסטומער) רופט זיך אן די גוי "סארי דעליווערי איז נאר איבער $70. איך קוק אויפן סקרין אין איך זעה אז זי האט אנגעקויפט פאר $68.36. הכלל זי הייבט זיך אן בעטן אז זי קען נישט אהיים שלעפען א באקס, אבער דער ערל זאגט סארי איטס דע פאליסי, רופט זיך אן די פרוי "ווייסטע וואס, עדד ענאדער $2" זאגט דער ערל "נאו איי קענט, יו העוו טא ביי סאמטינג".

איז דאס נארמאל?????????

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:25 pm
דורך sefish
זיכער נישט אבער א גוי קען נישט טוישן און ער האט מורא צו טון אנדער ווי אפיציעלע פאליסי, איך גלייב אז אויב וואלט פינקט דורך א אידישע מענעדזשר וואלט ער עס דורכגעלאזט

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:29 pm
דורך שטילע אינגערמאן
סארי. איך מיין זיי מעגן זאגן די גוים אביסל נארמאלקייט, זיי מעגן עיהם זאגן אז ווען א גוטע קאסטימער האט אין זיין קארט $68 מעג מען בייגן די פאליסי.
ס'דא גענוג היימישע געשעפטען וואס אזא מעשה וואלט נישט פאסירט. אלעס ווענדט זיך אין די טרעינינג זיי באקומען

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:30 pm
דורך sefish
איך הער . איך וואלט ווען דארט געלאזט אלעס און אוועק אומבאצאלט

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:47 pm
דורך שמעקעדיג
קופערניקוס האט געשריבן:רבי יוסף הערש וויינשטאק'ס ספרים (דעקלעך) געשעפט, בארנס און נאבל מעג זיך קומען לערנען. קרעם-דעלא- קרעם.

אפשר ביסטו זיך מער מסביר? וואס קען מען זיך לערנען דארט?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:51 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'דא אן אשכול וועגן דער וויינשטאק...
שמעקעדיג, זוך עס אויף

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:54 pm
דורך בעל הבית
G&B אין ב.פ. האט געוועלדיגע קאסטומער סערוויס , צו דעם אויך 2 גאר גיטע פיטערס איך מאך נישט דא קיין עדווערטייזמינט איך רעד פין מיין עקספרינס

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:55 pm
דורך ישמעאל הכהן
דער אשכול אבער קען פארפארן מיט האקן אויף קאנקורענטן און זיך אליינס לויבן.... ווער זאגט אז די געשיכטעס דא זענען וואר?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:59 pm
דורך שטילע אינגערמאן
רוב ק"ש חברה זענען ליידיג גייערז וואס באבן נישק קיין געשעפטען אין זיכער נישט קיין קאונקערענטס. איך ווערטעל מיך. האסט א שטיקל פוינט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:05 am
דורך שמעקעדיג
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:רוב ק"ש חברה זענען ליידיג גייערס

חברה לאמיר אים ארויסווארפן פון דאנעט.. ווער קען מיר העלפן?
אויך מיר א שטילער

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:07 am
דורך ירחמיאל הויטשינדער
איך האב זייער הנאה געהאט פון מיכל'ס טוי סטאר 20 יאר צוריק ווען כ'האב געדארפט הבן גוטע פענסיל שארפענערס זי האט אייביג געהאט די גוטע מינע און פאר ביליג

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:36 am
דורך שמעקעדיג
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'דא אן אשכול וועגן דער וויינשטאק...
שמעקעדיג, זוך עס אויף

יגעתי ולא מצאתי.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:45 am
דורך שטילע אינגערמאן
שמעקעדיג האט געשריבן:
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:רוב ק"ש חברה זענען ליידיג גייערס

חברה לאמיר אים ארויסווארפן פון דאנעט.. ווער קען מיר העלפן?
אויך מיר א שטילער

איך האב צו גענדיגט אז איך ווערטל מיך, פליז לאז מיך געמאכט, איך זעה די האסט שוין באקומען א לייק נאר פאר מיר וועלן שולח זיין, איך בין בטבע א שטילע אין כוועל זיך נישט קענען קעגן שטעלן, כהאב נישט געמיינט צו טשעפנען אין זיכער נישט די, די טאטע פון קאווע שטיבעל

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:50 am
דורך שמעקעדיג
נו, דא אין שטיבל דארף מען האבן די בעטעריס אנגעצינדן.
עם לץ תתלצל.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:52 am
דורך רויטע וואנצעס
די טאטע פון קאווע שטיבל האט געזאגט, און די רבי פון קאווע שטיבל האט געלייקט. ס'נישט פשוט. :)

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:55 am
דורך שטילע אינגערמאן
סאיז ביטער ווי א גל, עפעס א פתח חרטה? אדער איך מוז שוין עפענען א נייע ניק?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:59 am
דורך רויטע וואנצעס
קענסט תשובה טוען מיט מעטשען דיין לייקס מספר מיט די געגעבענע.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:05 am
דורך אפטעמיסט
איך האב גראדע נישט ליב אריין צו שטעקן מיין נאז אין יענעמס קריגעריי, אבער איך פיל סאיז וויכטיג דאס מאל. דער אזוי גערופענער שטילער אינגערמאן (וואס נאך) ווייסט נישט פון עפעס אנדערש אויסער פליקען שטעכן און טשעפען. איך האב גראדע הנאה פון אים, ער קאסט מיר אסאך שמייכלען און לייקס, אבער צי איז ער טאקע א שטילער אינגערמאן? לדעתי איז ער ענדערש א הויכער ("הויעך" עז אין לאוד) בחור.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:54 am
דורך zurich
בעל הבית האט געשריבן:G&B אין ב.פ. האט געוועלדיגע קאסטומער סערוויס , צו דעם אויך 2 גאר גיטע פיטערס איך מאך נישט דא קיין עדווערטייזמינט איך רעד פין מיין עקספרינס

דו מיינסט מסתמא בלשון סגי נהר ניין?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 3:26 am
דורך איך אויך
ניין.דער עלטערער פיטער דארט איז א פיינער איד מיט א שמייכל וואס פראבירט צו מאכן דאס בעסטע פון א שטיקל דשאנק סחורה הנקרא חסידישער סוט בימינו.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:43 pm
דורך berlbalaguleh
שטילע אינגערמאן: נאך א מזל דו האסט דערמאנט דעם נאמען פון געשעפט. ב"ה איך בין שוין נישט קיין קאסטומער דארט. איך קען דיר זאגן אז דאס איז נישט דער סטאנדארט פון ביזנעס אין אלע ארומיגע גראסעריס אין די געגנט. ביידע געשעפטן פון מעגא אויף דרייצן געבן א סאך א בעסערן סערוויס. איין תקופה ביניך געווען א סטעדי קאסטומער ביי מעגא אויף 51. זיי האבן געהאט זייער א גוטע סערוויס, חוץ די פרייזן וועלכע זענען געווען די בעסטע. דארט איז געווען א מענעדזשער וועלכער האט ערלעדיגט אלע פראבלעמען וועלכע האבן זיך געמאכט אויפ'ן בעסטן אופן. איבער'ן נמש :roll: :twisted: ל וויל איך נישט ווייטער רעדן וועיגן לשון הרע. נאר אזויפיל וועל איך יא זאגן. אז אלעס ווענדט זיך ווער דער בעה"ב איז. וואספארא מענטש (אדער אומ-מענטש ער איז.(.