בלאט 1 פון 1

אדמורו"ת קאנסאלטינג .Inc

נשלח: פרייטאג מאי 16, 2014 6:48 pm
דורך פארוואס?
שוין עטליכע יאהרן פון גרויס הצלחה וואס מיר טוען אין דעם ליין בהצנע לכת אהן קיין שום אדווערטייזמענטס, קומען מיר יעצט ארויס צום ברייטן ציבור, מיט א פרייליכע בשורה: אייער חלום קען מעגליך פארווירקליכט ווערן!!! איהר דארפט נאר וויסן די ריכטיגע זאכן וואס צו טוהן, און וואס נישט צו טוהן, און איהר זענט א גליקליכער געהאלפענער! 

מיר רעדן צו די וועלכע ארבעטן שווער פון די יוגנט צו ארויפקריכן אויפן לייטער, זיי שרייען: מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי? זיי לייענען יעדע וואך די פארשידענע אדמורי"ם בילדער מאגאזינען, און די קנאת סופרים ברענט אין זייערע הערצער.
זיי האבן פראבירט שוין לערנען אלע חסידישע ספרים, און אפילו געפראוועט תיקון חצות עטליכע מאל אין ווייבער שול (האפנדיג אז איינער וועט פונקט אריינוואנדערן), געפאסט בה"ב און געזוכט א מנין ויחל, עס האט זיך שוין אפילו עטליכע מאל ארויסגעכאפט פון זייער מויל בטעות אז זיי פארשטייען צו די קליינע אותיות, אבער אהן ערפאלג. 

מיר האבן א לייזונג צו אייערע פראבלעמען. מיר פארשטייען זייער גוט אין דעם ליין, און מיר האבן שוין אוועקגעשטעלט אסאך גדולים און אדמורי"ם אויף די פוס, אונזערע קאנסומערס זענען די מערסטע סוקסעספול, און זייערע פיקטשערס ווערן געקוקט מיט די מערסטע אינטערעסע, אנגעהויבן מיט תמימות'דיגע חדר אינגלעך און ישיבה קטנה בחורים, און געענדיגט ביי עלטערע צייט-שטיפערס אין מושב זקנים. 
מיר ספעציעליזירן זיך פאר אלע סארטן סיטואציעס, מיר קענען נעמען א פשוטער בעלעבאס וואס האט נישט מצליח געווען אין ביזנעס און איהם אויפשטעלן אויף די אייגענע פוס, און מיר העלפן אויך ארויס אזעלכע וואס האבן גע'ירש'נט א פארטיגע חסידות, עס צו קענען מעינטענען אויף א ריכטיגע וועג.
 
אנהייבן פון דאסניי
איינער וואס איז אויפגעשטאנען מיט א בייזע חלום, אז עס איז שוין געקומען די צייט ער זאל נתגלה ווערן, זענען מיר דא צו שטיין צו זיין רעכטע האנט. 

ערשטנס, וועלן מיר צוזאמען אפיהרזוכן אינעם פארצווייגטן יחוס-בוים אויב מען קען אפקלאפן די שטויב פון עפעס אן אלטע שטעטל אין יוראפ, וואס איינע פון די זיידעס האבן דארטן געוואוינט עטליכע יאהר (די וועלט זאגט דאך אז א פשוטער יוד פון די אלטע אמאל, איז חשובער פון אלע היינטיגע צדיקים), און איהם מאכן פאר דער אבי השושלת, וואס פון איהם אין ווייטער האט זיך געצויגן די גאלדענע קייט, ביז צו מורינו ורבינו שליט"א. 
אויב עס איז אומ-מעגליך צו אויפקומען מיט עפעס, קען מען נעמען פון די רעביצין'ס יחוס, און אויב עס איז נישט צום געפינען עפעס א נאמען פון א שטעטעלע אין מזרח אירופא, קען מען בדיעבד נוצן אן אמעריקאנער שטאט, אבער פארשטייט זיך נישט עפעס נאנט צום געגנט. (ביזדערווייל אז אן ארץ-ישראל׳דיגע שטאט נישט אין סטייל, עס הערט זיך נישט גענוג היימיש, מיר פראבירן מיט איבערמידליכע כחות עס צו ארייינברענגען אין די מארקעט, מיר האפן אז עס וועט אונז געלונגען, און מיר וועלן קענען אסאך גרינגער מאכן פאר אחינו בני ישראל). 
ווען עס קומט צו שידוכים, אויב האט איהר געלונגענע קינדער, דאן פארפאסט נישט די געלעגנהייט צו אריינגיין אין די רבי'שע ליסטע. מאכט זיך אפט אז גרויסע רבי'ס האבן קינדער אדער אייניקלעך בעלי מומים בגוף אדער בנפש, און זיי זענען גרייט צו פארקוקן און נעמען קליינע רבי'לעך, דאס איז פאר אייך די בעסטע געלעגנהייט צו זיך אריינרוקן בגזע המלוכה, און עס איז נישט קיין צייט צו קוקן אויף די טובה פון די קינדער. 

ארויפקריכן אויפן לייטער
דער וואס איז שוין אינעווייניג עטליכע יאהר, קענען מיר העלפן זיך ארויפארבעטן, צו אנקומען אסאך העכער ווי ער האט נאר אמאל גע'חלומ'ט. 
די ערשטע זאך מוזט איהר אויפנעמען א משב"ק (עס לוינט זיך די אינוועסמענט, אהן קיין שום צווייפל), דער משב"ק וועט מאכן זיכער אז דער נומער טעלעפאן פון רבי'ן שטייט אין די ריכטיגע פלעצער. 
אויב באקומט דער משב"ק א טעלעפאן וואס זעהט אויס א גוטע פישל (געווענליך עפעס א צובראכענע נשמה), דארף ער ענטפערן אז דער רבי איז לעצטנס זייער פארנומען איבער'ן קאפ, און מען וועט מוזן שפעטער צוריק-רופן, און אזוי מאכן זיכער אז ביז צוויי וואכן קען מען נישט צוקומען צום רבי'ן. 

זייער אסאך פרעגן מיר צו עס איז ראטזאם צו גיין צו שמחות אדער נישט, איז אזוי: עס איז זייער שווער צו ענטפערן א כללית'דיגע ענטפער, אבער וואס איז איינמאל זיכער, אז החכם עיניו בראשו, און מען דארף נעמען אין באטראכט עטליכע זאכן.
א שמחה וואס עס וועט לכאורה זיין א שיינע אויבן-אן און א פאטאגראפירער, טאר מען נישט פארפאסן, אפילו אויפ'ן חשבון פון א נאנטער חבר'ס שמחה, (דער חבר וועט לכאורה פארשטיין אז דער רבי איז א פארנומענער מענטש, און ער האט נישט קיין צייט צו קיין שמחות), עס איז אויך ראטזאם צו צוגיין צום פאטאגראפירער און איהם זאגן בפה רך בזה הלשון: איך גיי אייך נישט הייסן וואס צו טוהן, אבער איהר זאלט וויסן אז איהר טוהט מיר פערזענליך וויי, ווען איהר לייגט אריין בילדער פון מיר אין די מאגאזינען, איך קען נישט פארנעמען פירסום. 
פארשטייט זיך אז נאך די שמחה דארף מען זיכער מאכן מיטן משב"ק, ער זאל דאגה'ן אז די בילד זאל אנקומען צו די ריכטיגע פלאץ. 
בכלל איז זייער וויכטיג צו מאכן זיכער אז אייער בילד ווערט געזעהן פון צייט צו צייט אין די ריכטיגע פלעצער, עס איז איינע פון די וויכטיגסטע יסודות אין דעם ליניע. 

נאך א וויכטיגע זאך, איז צו זיין אינגאנצן אויסשטאפירט מכף רגל ועד ראש, מיט אלע שמונה בגדים, און קאלירפולע בעקיטשעס. מ'דארף האלטן אן אויג און קוקן וואס טראגט מען היינטיגע צייטן אויפן אויבן-אן, און זיך צושטעלן דערצו, ("חדש אסור מן התורה" לאזט מען איבער פארן אונטן-אן). 
פאר די ארומיגע דארפט איהר ערקלערן, אז דער משב"ק און די רעביצין האבן ארויפגעצווינגען צו אנטוהן די מלבושים, און איהר האט בלית-ברירה מסכים געווען. 

אנקומען העכער
איינער וואס איז שוין אינעווייניג, ער האט שוין אדורכגעבראכן די וועג צום מזרח-וואנט, איז נאך נישט פטור פון צו טוהן השתדלות, צו בלייבן א קדוש וטהור, און נישט חלילה נחמץ ווערן. 
איינע פון די עצות וואס מיר זאגן געווענליך פאר אזעלכע קאסטומערס, איז צו עפענען א ישיבה-קטנה, ווייל א בחור אין ישיבה קטנה איז א צייט וואס זיין נפש איז זייער גוט צו ווערן אנגעוויזן אין א מורה-דרך און א סופארטער.
כדי צו קענען כאפן פישלעך, דארף מען זיין וואכטזיניג, האלטן אפן די אויגן כסדר, און מען מוז נוצן די קאפ. מען דארף פארשטיין ווער קען זיין א פאטענציאלער מאמין באמונת חכמים, און ווער נישט. 
עס איז זייער שווער צו געבן פונקטליכע כללים, אבער אזוי פיל, אז איהר זעהט א בחור וואס האט סיפוק פון לערנען גמרא תוספות, שטייט אוועק פון איהם, ער קען אייך נאך אנמאכן אסאך פראבלעמען. איהר דארפט ציהלן אויף תמימות'דיגע פשוטע בחורים, אדער מבקשים און עובדים. 
אין אנפאנג ווען איהר זעהט איינער קלעבט זיך אן אין אייך, זאלט איהר איהם געבן אסאך אוטענשן און ליבשאפט, ביז איהר פיהלט זיכער מיט איהם, און פון דעמאלס און ווייטער זאלט איהר אנהאלטן א שטיקל דיסטענס צווישן אייך, אלס סעלף רעספעקט, און פשוט אזוי וועט איהר גורם זיין אז דער חסיד זאל האבן א תשוקה צו עפעס. (דאס איז זייער א וויכטיגע נקודה וואס אסאך זענען שוין אדורכגעפאלן אינדעם).
פון אונזער עקספיריענס האבן מיר געזעהן, אז מאנכע פארשטייען גוט צו זייער פאך, בשעת ווען אנדערע מאכן פאטאלע טעותים. 

בלייבן אויף די העדליינס
עס איז זייער וויכטיג מזמן לזמן צו זיך אנשטויסן מיט אנדערע רבי'ס און אדמורי"ם, לכתחילה זאל עס זיין א ברודער, און בדיעבד קען עס זיין מכל הבא ליד. דער עיקר אז די פאליטיקאנטן זאלן האבן וואס צו פארקויפן, און די בעלי לשון-הרע וועלן אויפשטיין און זיך לייגן מיט אייער נאמען. און מזמן לזמן וועט מען רעדן פון שלום מאכן, און עס וועט זיך טוהן פארהאנדלונגען, אריינמישן אלע עסקנים און וויכטיג-מאכערס, און צום סוף וועט איהר ארויסגיין א אוהב שלום ורודף שלום. 
קיינמאל איז נישט ראטזאם צו אויפגעבן אויף די אייגענע רעכטן, עס קען זייער דעמעדזשן אייער נאמען און אייער כבוד, א פלאץ אויפן אויבן-אן טאר קיינמאל נישט דערווישט ווערן, אלעס פארשטייט זיך נאר למען כבוד בית אבא. 

נאך א וויכטיגע נקודה, איז צו האבן עפעס א תחום וואס אין דעם ארבעט מען זייער שטארק, איהר דארפט אויס וועלן עפעס אן ענין (עבודת התפלה, ענווה, שבת-קודש, השכמת-הבוקר, שמירת-עיניים, וכדומה) וואס איהר זאלט כסדר מעורר זיין איבער דעם. (פארשטייט זיך אז עס דארף זיין א זאך וואס איהר זענט גוט אין דעם). 
דער אויפטוה איז, אז אייערע חסידים זאלן פיהלן עפעס א שייכות צו אייך דורך דעם. 

ווערן א בקי בנגלה ובנסתר
לעצטנס פאדערט די מארקעט זייער שטארק אז די אדמורי"ם זאלן אויך זיין גדולים בתורה, און זיי זאלן זיך נישט דארפן שעמען פון די ראשי ישיבות, זענען מיר אויפגעקומען מיט פארשידענע טאקטיקן, ווי אזוי דאס צו ערלעדיגן. 
איז אזוי, אויב אונזער קאסטומער איז א בר הכי, דהיינו ער קען שפילן אביסל תלמיד חכם'יש, ער קען דרייען מיטן פינגער, דעמאלס ראטן מיר איהם ער זאל זיך צוגרייטן עטליכע סוגיות, מיט איינע פון די לעצטע אחרונים, (עפעס וואס הערט זיך קנאקעדיג, למשל א ר' חיים, אדער א ר' שמעון שקאפ), און ער זאל דאס אויסשמועסן אין א געלעגנהייט פאר ישיבה קטנה בחורים אדער בעלי בתים. 
אבער דא דארף מען זייער אכט געבן עס זאל נישט זיין יצא שכרו בהפסידו, איהר זאלט למען ה' בשום פנים ואופן נישט גיין רעדן פאר א כולל אדער אפילו ישיבה גדולה, דאס קען אייך נאך אנמאכן אסאך צרות. וד"ל. (איך האב שוין געהאט א קאסטומער וואס האט נישט געפאלגט די עצה, ער איז געגאנגען דרש'ענען פאר א ליטווישע כולל אין לעיקוואד, ורבים חללים הפילו).
אבער אויב איהר קענט נישט באווייזן צו עפעס איבערזאגן, דעמאלס דארפט איהר כסדר חזר'ן פאר אייער ארומיגע חסידי'שע ווערטער איבער די הארבקייט פון תורה אהן יראת שמים, און אז לימוד התורה אליינס איז גארנישט ווערד, ווייל עס איז נישט לשמה. 
און אויך פון מאל צו מאל דערמאנען אז עס איז געווען פריערדיגע צדיקים וואס האבן מקפיד געווען נישט צו לערנען ברבים, אדער נישט צו ארויסווייזן זייערע קענטעניסן פאר אנדערע. (נאר עבודת התפלה און עבודת האכילה מעג מען לאזן אנדערע צוזעהן). 

ווערן א בעל מופת
ווען עס איז שוין צייט צו פראווען מופתים, די ערשטע זאך ווענדט זיך עס אין אייערע נאכפאלגער. זיי דארפן פאבריצירן אייערע מופתים, און איהר דארפט עס כסדר אוועקמאכן (ווען איהר מאכט עס אוועק, זאלט איהר נישט אפפרעגן אז עס איז נישט קיין מופת, נאר איהר זאלט זאגן אז עס איז נישט אין אייער זכות, וכדומה). 
איהר דארפט כסדר געבן א פתח פאר מופתים צו געשעהן. דהיינו, איהר דארפט האבן אן אפענע אויער צו נאשן אינפארמאציע איבער אייערע תמימות'דיגע נאכפאלגער, און ווען זיי קומען אריין ביחידות צו אייך, זאלט איהר זיי אריינווארפן כלאחר יד רמזים אז איהר ווייסט. 
איין וויכטיגע נקודה, איהר זאלט קיינמאל נישט זאגן קיין זאכן מיט א שטארקייט און א זיכערקייט, אלעס זאל זיין אזוי כלאחר יד. 
איהר דארפט פון מאל צו מאל זאגן אומ-פארשטענדליכע סטעיטמענטס, מאדנע ברכות, אדער פרעגן שאלות שלא מן הענין. איהר קענט לאזן די ארבעט פארן חסיד, זיין קאפ וועט שוין ארבעטן פיבערהאפטיג, צו ערקלערן וואס איז די באדייט פון דעם רבי'נס רייד. 
אזוי אויך דארפט איהר וויסן אז יעדער בחור האט נסיונות, יעדער בעה"ב קען נוצן א ברכה פאר פרנסה, יעדער פיהלט אז זיין שלום בית קען נוצן א תיקון, און אזוי ווייטער. 

אויב וועט איהר נוצן די ריכטיגע טאקטיקן, אןן אייערע חסידים וועלן טוהן ריכטיג די ארבעט, וועט נישט געדויערן לאנג ביז איהר וועט נתפרסם ווערן אלס א פועל ישועות וואס עס ווארפט זיך מופתים אונטערן ארבל.

גוטע פרייזן און בעסטע רעזולטאטן
אונזערע סערוויסעס זענען שוין ברייט באקרוינט געווארן אינעם אויבן-אן פון כלל ישראל אלס א סוקסעס, און דערצו קומט צו די צוגענגליכע פרייזן. 
מיר נעמען אן קעש, טשעקס, און קרעדיט קארטלעך. געווענליך טשארדשזן מיר אויפן שעה, אבער מיר זענען אויך גרייט צו נעמען קאמישן פון די פדיונות. 
איין זאך וואס דארף קלאר אויסגעשמועסט ווערן: מיר נעמען נישט אן קיין ברכות אדער ישועות אלס א פעימענט. מיר האבן שוין נישט איינמאל געהאט אז א קאסטומער איז געווארן אזוי קאנפידענט ביי זיך, אז ער האט געוואלט באצאלן מיט א ברכה, און מיר האבן איהם געדארפט ערקלערן אז זיין ביזנעס פאנגט זיך אן נאר איינמאל ער טרעט ארויס די שוועל פון אונזער אפיס. 
די רעזולטאטן איז איבעריג צו אויסשמועסן: שיינע שידוכים, אויסגעצאלטע וואקאציעס, א באקוועמע לעבנס שטייגער, און עס ווארט אייך א גאלדענע גן-עדן. 

און צום לעצטנס: מיר זענען שטרענג קאנפידענשל.