בלאט 1 פון 1

אן אשכול אין דער מאכונג

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 7:32 am
דורך כוכב
צומאל זיצט מען מיט א דרעפט עידן ועדנים און מ'האט עפעס נישט דער געדולד זיך צוזאמצונעמען און מסדר זיין.
דא וועט דער עולם קענען מיטטיילן זייערע פלענער, איבער אלעס וואס באקט זיך אין אויוון.
איך זיץ יעצט מיט א דרעפט איבער 'סעקסיזם און חז"ל' , כהאב אבער נישט די געדולד און די צייט צוזאמצונעמען מיינע מחשבות, אויך האב איך מורא אז פאר די לינקע וועט עס זיין צו רעכט און פאר די רעכטע צו לינק... און כ'על בלייבן קרח מכאן ומכאן.
טוט מען?
תכלית גערעדט, ווער נאך ארבעט אויף אן אשכול?
אז איינער רופט זיך אן זאל מען אים געבן חיזוק און אפשר אפילו אפפערן הילף.