בלאט 1 פון 3

אכט טעג, אכט ליכט, בילדער פארמעסט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 8:06 pm
דורך ישראל קאפקע
א כינעזיש קינד אדאפטירט צו אמעריקאנער אידישע עלטערן, שטייט נעבן א מנורה, דעם ערשטן טאג חנוכה פארגאגענעם יאר.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 8:12 pm
דורך ירח בן יומו
אפשר איז דאס "הערשעלע" ביי זיין כינעזע טאטע

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:50 pm
דורך יין שרף
א מיליטערישן פייער-פייטער צינדענדיג חנוכה ליכט שפעט אויף די נאכט, זיך יאגענדיג נאכן אהיימקומען פון א פייער.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 3:08 pm
דורך ישראל קאפקע
יין שרף האט געשריבן:א מיליטערישן פייער-פייטער צינדענדיג חנוכה ליכט שפעט אויף די נאכט, זיך יאגענדיג נאכן אהיימקומען פון א פייער.

וואס יאגסעך אזוי, מען האלט נאך ביים ערשטן ליכטל, דאס האסטו געזאלט לאזן אויף היינט נאכט. :)

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 3:28 pm
דורך יין שרף
אבער אין א״י (פון ווי די בילד איז...) איז שוין ״שפעט ביינאכט״.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 3:29 pm
דורך ישראל קאפקע
יין שרף האט געשריבן:אבער אין א״י (פון ווי די בילד איז...) איז שוין ״שפעט ביינאכט״.

אהא, פיין.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 3:30 pm
דורך בשבילי!
IMG-20141217-WA0008.jpg

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 3:32 pm
דורך ישראל קאפקע
וואו איז דאס?
שרייב עפעס אינפארמאציע וואו דאס איז און אין וועלכע געלעגנהייט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 3:35 pm
דורך בשבילי!
ער רופט זיך שפיקטיווע רבי. נעכטן נאכט ערשטע ליכט. וואו ווייס איך נישט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 4:52 pm
דורך שמעקעדיג
א טלית ביי די ליכט? דאס איז נייעס ביי מיר.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 5:16 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:א טלית ביי די ליכט? דאס איז נייעס ביי מיר.

ער מוז דאך זיין אנדערש פון א יעדן. ער איז דער ערשטער רבי וואס טוט אן א טלית ביי חנוכה לעכט צינדן...כל העולם כולו... די וואך...אוואו זענט עטץ...?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 5:46 pm
דורך ישראל קאפקע
הרב יונה כאמאמי לאַלעהזאַר צינדט די מנורה די צווייטע נאכט חנוכה, אין די אַברישאַמי שול אין דאונטאון טעהראן, איראן, פארגאגענעם יאר.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:15 pm
דורך בשבילי!
איך מיין דאס איז יואליש קרויס פון ירושלים

IMG-20141217-WA0046.jpg

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:18 pm
דורך ישראל קאפקע
שיין!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:20 pm
דורך יין שרף
וואס איז פשט אז ער צינדט אינמיטן די דיינינג-רום?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:36 pm
דורך מאטי
מטמא ליידער, דעם לעצט פארבליבענע פך שמן טהור.
IMG-20141217-WA0003.jpg

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:38 pm
דורך בשבילי!
די יוונים וואלטן זיך געריסן פאר געלעכטער זעענדיג דעם בילד

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:43 pm
דורך יין שרף
מאטי האט געשריבן:מטמא ליידער, דעם לעצט פארבליבענע פך שמן טהור.

ער נוצט דאך לעכט???

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:44 pm
דורך יין שרף
בשבילי! האט געשריבן:די יוונים וואלטן זיך געריסן פאר געלעכטער זעענדיג דעם בילד

כ'ווייס נישט וואס די יונים וואלטן געטוהן. אבער די באשעפער האט זיכער הנאה!!

שוין פארגעסן די מעשה מיטן חוזה...?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:46 pm
דורך berlbalaguleh
אונז ערליכע אידן שרייען שוין פון לאנג אז חנוכה איז א ציוני'סטישער חגא. נאך א מזל אז דער אייבישטער האט אונז ברוב חסדו געגעבן דעם שיינעם יו"ט כ"א כסלו..
מדברי קדשו של הגה"ק מהר"א שליט"א אצל כינוס של צדיקים מוצש"ק פ' וישב בארמארי שנת תשע"ה לפ"ק...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:47 pm
דורך מאטי
נו..צוריק צום נושא נא....איינער האט נאך עפעס א בילד?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:56 pm
דורך ישראל קאפקע
נו, אז עס פעלט אויס.

עלענא פלעראָוואַ,
אינגעלע מיט זיין טאטע, צווייטן לעכטל חנוכה (ביטע נישט באמערקן די נישט געצינדענע לעכט).

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:02 pm
דורך ישראל קאפקע
יין שרף האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:מטמא ליידער, דעם לעצט פארבליבענע פך שמן טהור.

ער נוצט דאך לעכט???

כאפסט נישט? 'פך שמן טהור' גייט ארויף אויף נתניהו'ן! :P