דער זוך האט געטראפן 130 רעזולטאטן

דורך מורינו ורבנו
זונטאג יוני 13, 2021 1:04 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: אמת׳ע אהבה בין איש לאשתו
רעאקציעס: 53
געזען געווארן: 7437

דזשאסט צו מאכן זיכער אז איך פארשטיי דיר קלאר: דו האלסט אז ס׳איז שייך צו ארבייטן אויף כלליות׳דיגע אהבה און דאס וועט אויך משפיע זיין אויפן שלום בית, אבער ס׳נישטא עפעס א ספעצילע סארט אהבה וואס ס׳זאל שייך זיין אויפצוארבייטן בלויז בין איש לאשתו. שטימט? דעט איז קארעקט! איך פארשטיי דאס זאגט אויך רבינו, נא...
דורך מורינו ורבנו
זונטאג יוני 13, 2021 2:40 am
פארום: העמק דבר
אשכול: אמת׳ע אהבה בין איש לאשתו
רעאקציעס: 53
געזען געווארן: 7437

אהבה איז נישט געבינדן אין די שיינקייט פון די פרוי... אהבה איז אהבה... גיי זיי מסביר פאר איינער וואס פארשטייט נישט.
דורך מורינו ורבנו
מוצ"ש יוני 12, 2021 11:36 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: אמת׳ע אהבה בין איש לאשתו
רעאקציעס: 53
געזען געווארן: 7437

איך קען נישט מאריך זיין יעצט, מ'דארף גיין צו מלוה-מלכה. איך קען אזויפיל זאגן אויפן שפיץ גאפל, אז אהבה מיינט נישט דווקא בין איש לאשתו. ס'איז א תכונה וואס קען גענוצט ווערן איבערראל, סיי צווישן צוויי ידידים, צווישן א מענטש און זיין פאטער, צווישן א מענטש און זיין רבי. בכלל, ליבשאפט צום אויבערשטן, צו שבת...
דורך מורינו ורבנו
מיטוואך יוני 09, 2021 3:58 pm
פארום: אחיעזר
אשכול: עניווערסערי - וואס טוט מען?
רעאקציעס: 64
געזען געווארן: 14745

איך האב נישט געוואלט שרייבן גלייך, נאר ענדערש דורכטראכטן מיט יישוב הדעת. ס'איז דא א שטארקע טענה פונעם עולם, אז א נארמאלע מענטש האט א צורך פאר צולאזנקייט, דהיינו אז מזמן לזמן זאל ער ארויסגיין פונעם געווענליכן רוטין און זיך אביסל צולאזן אין די ענינים. צו זאגן מיט א בלעכענעם פנים אזא סטעימענט, אז רוב ב...
דורך מורינו ורבנו
דינסטאג יוני 08, 2021 10:39 am
פארום: אנשי שם
אשכול: הינוקא כ"ק מרן אדמו"ר מבאניע שליט"א
רעאקציעס: 91
געזען געווארן: 17302

.
דורך מורינו ורבנו
מאנטאג יוני 07, 2021 8:31 pm
פארום: אחיעזר
אשכול: עניווערסערי - וואס טוט מען?
רעאקציעס: 64
געזען געווארן: 14745

אע״פ שאין לי עסק בנסתרות און איך בין נישט א גרויסע בעל דעות אין תכונת הנפש, שפיר איך געצווינגען צו ענטפערן אפאר ווערטער, ומדומה עלי כמי שכפאו שד. מען האט פארלוירן היינט די געפיל צו אמת'ע ליבשאפט. ליידער. ווען האט מען דאס פאלוירן? האט מען דאס אמאל געהאט? ווי אזוי איז דאס פארלוירן געגאנגען? אידן האבן...
דורך מורינו ורבנו
מאנטאג יוני 07, 2021 3:03 pm
פארום: אנשי שם
אשכול: הינוקא כ"ק מרן אדמו"ר מבאניע שליט"א
רעאקציעס: 91
געזען געווארן: 17302

דער באניע רבי שליט"א פלעגט זיך אסאך דרייען ביי אונז. לעצטנס איז ער שוין כמעט נישט געקומען. אינטערעסאנט פארוואס...
דורך מורינו ורבנו
מאנטאג יוני 07, 2021 2:46 pm
פארום: אחיעזר
אשכול: עניווערסערי - וואס טוט מען?
רעאקציעס: 64
געזען געווארן: 14745

מען האט פארלוירן היינט די געפיל צו אמת'ע ליבשאפט. ליידער. דער הייליגער בעל-שם-טוב האט געלעבט מיט זיין ווייב שרה, אין א חורבה אינמיטן וואלד. זי איז געקומען פון א שיינע רבני'שע משפחה, וואו עס האט נישט געפעלט קיין געלט און גארנישט האט איר געפעלט. זי איז גרייט געווען צו וואוינען מיט דעם שמש-בייהעלפער, א...
דורך מורינו ורבנו
זונטאג יוני 06, 2021 5:59 pm
פארום: אינטערנעט און אידישקייט
אשכול: קינדער חתימה בנוגע טעכנאלאגיע
רעאקציעס: 45
געזען געווארן: 11805

סוף דבר: איך דארף שוין גיין צו מנחה-מעריב, און מסתמא פארן טאג. וואס עס קומט ארויס פון אלע שמועסן פון היינט: ס'איז דא א יסודות'דיגע מחלוקת, 1. צי רוב עלטערן אין די מוסדות האבן סמארטפאונס אדער נישט (ווער נאך ס'האלט אזוי זאל זיך אנרופן, ביטע). 2. צי רוב עלטערן ווילן דאס אדער נישט. לדעתי איז אויף ביידע ...
דורך מורינו ורבנו
זונטאג יוני 06, 2021 5:48 pm
פארום: אינטערנעט און אידישקייט
אשכול: קינדער חתימה בנוגע טעכנאלאגיע
רעאקציעס: 45
געזען געווארן: 11805

אגב, מענטשן האבן מיר מעורר געווען פארוואס איך לייק נישט. איך וויל קלארשטעלן פארן עולם, איך וואלט גערן געלייקט פארן ציבור, נאכמער, איך וואלט יעדן איינעם געלייקט. נאר וויבאלד איך בין אן איש-ציבור, און אויב איך וועל לייקען איינעם יא און איינעם נישט, וועל איך בא'עולה'ען מענטשן, האב איך גענומען דעם קו אז...
דורך מורינו ורבנו
זונטאג יוני 06, 2021 5:43 pm
פארום: אינטערנעט און אידישקייט
אשכול: קינדער חתימה בנוגע טעכנאלאגיע
רעאקציעס: 45
געזען געווארן: 11805

די שאלה איז, אויף וויפיל עס איז שייך צו זיין בעסער. דו טענה'סט אז אין אונזער חינוך סיסטעם, מיט וועמען דו האסט נאר גערעדט, איז אנגעווייטאגט און נישט צופרידן. איך האב נישט געזען אז ס'זאל הערשן אזא אומצופרידנהייט ווי דו לייגסט עס אראפ, אבער בעסער איז אלעמאל שייך צו זיין, און אלעמאל זענען דא מענטשן מיט ...
דורך מורינו ורבנו
זונטאג יוני 06, 2021 5:28 pm
פארום: אינטערנעט און אידישקייט
אשכול: קינדער חתימה בנוגע טעכנאלאגיע
רעאקציעס: 45
געזען געווארן: 11805

דו האלסט אז אין די היימישע מוסדות זענען דא מער אומצופרידענע עלטערן ווי אין אנדערע מוסדות? - נישט ווייל איך ווייס, איך וויל נאר הערן.
דורך מורינו ורבנו
זונטאג יוני 06, 2021 5:11 pm
פארום: אינטערנעט און אידישקייט
אשכול: קינדער חתימה בנוגע טעכנאלאגיע
רעאקציעס: 45
געזען געווארן: 11805

די טענות וואס איך זעה איז, איינער טענה'עט אז 'רוב' עלטערן פון קינדער אין יענע מוסד, האבן עקסעס דורך אייגענע ספארטפאונ'ס. זענען דא נאך מענטשן וואס האלטן אזוי? - לויט זיינע ווערטער דארף דאס דינען אלס ראיה, אז רוב עלטערן ווילן ווייטער אז זייערע קינדער זאלן זיך אויך באנוצן דערמיט? - נאך האלטן דא אזוי אז...
דורך מורינו ורבנו
זונטאג יוני 06, 2021 1:05 pm
פארום: אינטערנעט און אידישקייט
אשכול: קינדער חתימה בנוגע טעכנאלאגיע
רעאקציעס: 45
געזען געווארן: 11805

מ'האט דא געשמועסט אסאך זאכן, ס'איז שווער צו ענטפערן אויף אלעס, איך וועל פראבירן אנצורירן וויפיל איך געדענק. די מציאות איז, אז רוב עלטערן ווילן דאס. פינטל. רוב עלטערן זענען צופרידן אז מען מאכט זייערע קינדער אונטערצושרייבן אזא צעטיל. ס'וועלן אלעמאל זיין א מועט עלטערן וואס זענען נישט צופרידן, אזוי איז ...
דורך מורינו ורבנו
זונטאג יוני 06, 2021 3:19 am
פארום: אינטערנעט און אידישקייט
אשכול: קינדער חתימה בנוגע טעכנאלאגיע
רעאקציעס: 45
געזען געווארן: 11805

די ערשטע ערנסטע טענה וואס איך הער דא, אבער איך בין צי מיד יעצט זיך צו באציען צו דעם, איך האף אז עוד חזון למועד.
דורך מורינו ורבנו
זונטאג יוני 06, 2021 2:02 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: א שבת מיט קאווע שטיבל
רעאקציעס: 33
געזען געווארן: 4232

אקעי, איך הער. בראשית דבריי וויל איך ארויסברענגען, אז פון די ערשטע מינוט וואס איך האב זיך דא איינגעשריבן, האב איך געהאלטן אז עס וועלן זיין מענטשן וואס וועלן נישט אננעמען און גלויבן מיין מציאות, און דאס איז נישט קיין פראבלעם. ווער עס וויל זאל גלויבן, און ווער עס וויל נישט מוז נישט. די מטרה בלייבט די ...
דורך מורינו ורבנו
מוצ"ש יוני 05, 2021 11:28 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: א שבת מיט קאווע שטיבל
רעאקציעס: 33
געזען געווארן: 4232

יא, אסאך געליינט דא.
דורך מורינו ורבנו
מוצ"ש יוני 05, 2021 11:21 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: א שבת מיט קאווע שטיבל
רעאקציעס: 33
געזען געווארן: 4232

א שבת מיט קאווע שטיבל

א גוטע וואך אייך טייערע ברידער. א גוטע וואך א געזונטע וואך א מזל'דיגע וואך א וואך מיט ישועות א וואך מיט רפואות און א וואך מיט אסאך גאלדענע רענדלעך! די וואך שבת איז מיר אויסגעקומען אסאך צו טראכטן איבער אייך, מסתמא וויבאלד קאווע שטיבל איז ביי מיר א נייע מציאות (און בכלל די גאנצע ווירטואלע וועלט), זענע...
דורך מורינו ורבנו
פרייטאג יוני 04, 2021 1:19 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: יישר כח
רעאקציעס: 3
געזען געווארן: 870

יישר כח

איך האב שוין נישט געקלערט צו שרייבן דא היינט, אבער איך מוז אויסדרוקן מיינע געפילן מיט דער כבוד האכסניא. איך וויל זיך פערזענליך באדאנקען אויף די ווארעמע ברוכים-הבאים וואס איך האב באקומען דא אין שטיבל. איך האב באמת נישט גערעכנט דערויף, און איך וויל באדאנקען יעדן איינעם באזונדער, ואי אפשר לפורטם כי רבי...
דורך מורינו ורבנו
פרייטאג יוני 04, 2021 12:45 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: גרושים צווישן היימישן ציבור - א רבי'שער שבת
רעאקציעס: 15
געזען געווארן: 2330

איך וויל בלויז וואונטשן פארן גאנצן ציבור דא, א ליכטיגן פרייליכן שבת, דאס אור פון שבת זאל אריינלייכטן אין אייך און משפיע זיין אויף יעדן איינעם באשר נפשו ולבו חפצים. שבת קומט דאך אן קיין שום הכנה, אזוי זענען די ספה"ק זענען מבאר, כי שמחתני ה' בפעלך במעשי ידך ארנן - אז די אורות זענען די פעולות פונע...
דורך מורינו ורבנו
פרייטאג יוני 04, 2021 9:16 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: גרושים צווישן היימישן ציבור - א רבי'שער שבת
רעאקציעס: 15
געזען געווארן: 2330

לצנות אין א זייט.

איר זענט העפליך געלאדנט צו קומען אהער אויף שבת, איך וועל זיך פרייען אייך צו האבן. אבער אזוי ווי איר פארשטייט, קען איך נישט ארויסגעבן קיין אינפארמאציע וואו צו קומען. אויב וועט איר אמאל אהערקומען, וועט איר אויפגענומען ווערן ביותרת הכבוד.
דורך מורינו ורבנו
דאנערשטאג יוני 03, 2021 2:11 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: גרושים צווישן היימישן ציבור - א רבי'שער שבת
רעאקציעס: 15
געזען געווארן: 2330

גרושים צווישן היימישן ציבור - א רבי'שער שבת

איך וויל דא בארירן א נושא וואס טוט מיר זייער וויי, צוזעהענדיג דעם פיין און לייד פון אחינו-בני-ישראל. זייענדיג אויף א פאזיציע וואס דער באשעפער האט מיר געשטעלט, צו זארגן פאר זיינע שאף, אויסהערן אידישע צרות און פראבירן צו טון וואס מען קען זיי צו העלפן, וויל איך זייער שטארק טון עפעס אין די נושא, אבער אי...
דורך מורינו ורבנו
מיטוואך יוני 02, 2021 12:16 am
פארום: בחצרות הקודש
אשכול: ווען מען פארגינט נישט דעם אייגענעם זוהן... (מרכז וויזניץ)
רעאקציעס: 28
געזען געווארן: 4650

אביסל קען איך ר' חיים מאיר, פון דאס ביסל וואס איך האב געהאט מיט אים, און ער מאכט מיר א רושם ווי א קלוגער געלונגענער מענטש און אויך א ירא-שמים. ער איז אמאל געווען ביי א טיש ביי אונז, און וויבאלד עס איז געווען א גרויסער עולם מיט נאך רבנים, עס איז געווען א שמחה, האבן מיר אים נישט געקענט מכבד זיין ווי ע...