דער זוך האט געטראפן 860 רעזולטאטן

דורך מפיל קינד
זונטאג יוני 07, 2020 1:42 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: שריפטשטעלער טיטל
רעאקציעס: 178
געזען געווארן: 30783

נאך א מיינונג האט געשריבן:פלוצלונג זעי איך זיך פון די שריפטשטעלער. נו, זאל זיין. איך וועל קענען צאלן שכר דירה דערמיט?

פארוואס זענען מיר נישט זוכה דאס צו זען ביי אייך?
דורך מפיל קינד
פרייטאג יוני 05, 2020 1:57 pm
פארום: מידיא ווינקל
אשכול: "דער שטערן" מדי חודש בחודשו
רעאקציעס: 416
געזען געווארן: 76441

ראלניצקי האט אן אלטער חוש פון באשריבן דעם ריסייקלינג פראצעדור אדער א יאפאנער קאנסטראקשען פירמע די זעלבע דראמאטיש ווי די ציווילע קריג. רוב מענטשן גלייכן עס, איך גראדע נישט.
דורך מפיל קינד
פרייטאג יוני 05, 2020 1:53 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: "יא, ווייל דו ביסט סעלף העיטינג!"
רעאקציעס: 31
געזען געווארן: 4716

ניתי ספר ונחזי, וויפיהל אשכולות האסטו שוין געעפענט דא וואס איז נישט קיין קריטיק? רוב פאזיטיווע נקודות וואס איז דא צו קאמענטירן ווערן שוין געמאכט יעדע וואך אין די טויזנטער בלעטער פון דער איד, דער בלאט, די צייטונג, מאמענט, המודיע, יתד נאמן, עונג שבת, אייוועלט, די הודערטער פראפאגאנדע טוויטער אקאונטס, ...
דורך מפיל קינד
מיטוואך יוני 03, 2020 1:02 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: גדולי אדמורי"ם שרייבן היסטארישע ענגלישע בריוו צו קאומא
רעאקציעס: 30
געזען געווארן: 2796

ישעיה האט געשריבן:אינטערסאנט פארוואס אייראפעישע רבנים זאלן זיך ווענדן צום ניו יארקער גאווארנער

טאקע דערפאר האט מען גענומען באבוב 45 וואס האט כאטש א נאמען פון א גאס אין ב"פ, אנשטאט באבוב סתם.
דורך מפיל קינד
מיטוואך יוני 03, 2020 12:59 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: הרב חיים שלמה מילער ווערט אויפגענומען פאר רב נייטרא וומ"ס
רעאקציעס: 54
געזען געווארן: 8465

חתם סופר האט געשריבן:איז נישט די עולם מער מידל-עידזשד. ווי אזוי גייט עס ארבייטן מיט אזא יונגע רב?
און וואס איז הרב מילער'ס קוואליפיקיעשענס?

זיי ווילן ציען צו זיך די אינגערע יוצאים פון נייטרא ישיבה.

דאכט זיך אז די אינגעלייט האבן א שטיבל פאר זיך און די ראשי קהילה ווילן עס צוזאמשטעלן.
דורך מפיל קינד
דינסטאג יוני 02, 2020 10:03 am
פארום: א שמייכל
אשכול: לאל
רעאקציעס: 82
געזען געווארן: 31972

מעקסיקא איז שוין גרייט צו צאלן פאר א וואנט זיך אפצוטיילן פון אמעריקע...
דורך מפיל קינד
דינסטאג יוני 02, 2020 10:01 am
פארום: מוזיק!
אשכול: נייע מוזיק קליפס
רעאקציעס: 106
געזען געווארן: 37054

איך האב שוין לאנג געוואלט ווערן א פאפולערע זינגער, אבער איך בין נישט הייזעריג, איך האב נישט קיין לאנגע האר, און איך מאך מיין פיאות יעדן טאג.
דורך מפיל קינד
מיטוואך מאי 27, 2020 12:55 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!
רעאקציעס: 42
געזען געווארן: 5278

זיכער גייט מען זיי פראסעקיוטען. נאר די שווארצע האבן א מנהג צו פראטעסטירן, אויב זאל די פאליציי תיכף מעלדן איבער אינוועסטיגאציעס, וועלן זיי נישט נאכלאזן ביז טויט שטראף... אזוי בעטן זיי כאטש נאר צו פראסעקיוטען...
דורך מפיל קינד
דינסטאג מאי 26, 2020 1:38 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: וְכָל חַיּוֹת לֹא יַעַמְדוּ לְפָנָיו וְאֵין מַצִּיל מִיָּדוֹ
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 2260

100% מיין בארבער איז יעצט אוועקגעגאנגען פון מיין הויז און ער האט מיר געזאגט אז פון פורים מאכט ער שוין נישט קיין געלט און לויט ווי עס זעט אויס וועט ער מער נישט קענען אנגיין נאך קאראנע מיט זיין שאפ. מיט דעם אלעם איז נישט מעגליך צו בארעכטיגן די ווילדע שריט וואס די יונגווארג אין ברוקלין האבן גענומען. ו...
דורך מפיל קינד
דינסטאג מאי 26, 2020 12:01 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: זמירות שבת מיט א קולטורישע בליק.
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 1542

יום זה לישראל איז א הערליכער אשכנזישער פיוט פאר פרייטאג צונאכטס.
דורך מפיל קינד
זונטאג מאי 24, 2020 9:26 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: וואו איז גרינגער צו זיין א ערליכער איד, אין וומס"ג אדער ב.פ.
רעאקציעס: 103
געזען געווארן: 14811

ווי זעהסטו דאס? עכ''פ יעצט זענען זיי פונקט אזוי, ווייסט וויפיל לוויות זיי האבן צושטערט אין ווילימסבורג? מען האט גארנישט געקענט טון, לעצטע פרייטאג האבן זיי צושטערט די לוויה פון הרב וואזנער דווילימסבורג. היינט זענען זיי ארומגעגאנגען טעראריסירען בתי מדרשים און אפגעשפארט געשעפטן, איך האב מיטגעהאלטן ווי...
דורך מפיל קינד
זונטאג מאי 24, 2020 8:57 pm
פארום: מידיא ווינקל
אשכול: דער איד און דער בלאט פאנגען אן ארויסקומען מיטוואך
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 2528

דער בלאט איז בעצם שולדיג אז אלעס האט אנגעהויבן ארויסקומען דענערשטאג. דער איד פלעגט אלץ ארויסקומען מיטוואך, ביז דער בלאט האט אנגעהויבן ערשיינען דאנערשטאג, דאס האט געצווינגען דער איד צו טוישן.

די גרעסטע פארלירער יעצט איז די צייטונג.

וואס איין טעלעפאן קאל חול המועד קען אויפטון...
דורך מפיל קינד
מוצ"ש מאי 23, 2020 11:52 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי
רעאקציעס: 163
געזען געווארן: 25494

דער ענין איז משום חביבות המצוה. אויסצוטרונקן דעם כוס און לייגן די שיריים אויפ'ן פנים.

די קשיא איז נאר פארוואס פונקט הבדלה און נישט ביי כוס של ברכה און קידוש.
דורך מפיל קינד
מאנטאג מאי 18, 2020 3:12 pm
פארום: מידיא ווינקל
אשכול: דער מאמענט און די וואך...!
רעאקציעס: 19
געזען געווארן: 3130

"די גאנצע וועלט" האבן זיי געשריבן "דער גאנצער וועלט" ! וועלט איז א מחלוקת אויב ס'איז א לשון זכר אדער נקיבה. דער וועלט איז בכלל נישט קיין טעות. פון וואו נעמסטו דאס? אזוי האב איך אמאל געליינט, ס'איז פונקט ווי אין לשון קודש. אין חז"ל געפינט מען שוין ביידע לשונות אויף עולם, עול...
דורך מפיל קינד
זונטאג מאי 17, 2020 11:01 pm
פארום: מידיא ווינקל
אשכול: דער מאמענט און די וואך...!
רעאקציעס: 19
געזען געווארן: 3130

berlbalaguleh האט געשריבן: "די גאנצע וועלט" האבן זיי געשריבן "דער גאנצער וועלט" !

וועלט איז א מחלוקת אויב ס'איז א לשון זכר אדער נקיבה. דער וועלט איז בכלל נישט קיין טעות.
דורך מפיל קינד
מיטוואך מאי 13, 2020 6:30 pm
פארום: מוזיק!
אשכול: שיינע מוזיק קליפס
רעאקציעס: 184
געזען געווארן: 73857

איך קען יא הערן דעם ניגון סיי וואו. ס'ווערט געזינגען מיט וויזניצע קנייטשן, אבער ס'איז גענוג שיין אריינצופאסן איבעראל. אין די נענועים ניגון וואס ר' בעריש האט געמאכט פאר סאטמאר, הערסטו יא סאטמאר? איך נישט. ס'וואלט געפאסט איבעראל. דאס זעלבע מיט בר יוחאי. מ'טוישט אביסל די קנייטשן און ס'גייט איבעראל. כבו...
דורך מפיל קינד
מיטוואך מאי 13, 2020 1:11 am
פארום: מוזיק!
אשכול: שיינע מוזיק קליפס
רעאקציעס: 184
געזען געווארן: 73857

דאס איז נישט פון ר' ניסן יוסט, נאר פון ר' בעריש ווישאווער. אויף אייוועלט האט איינער געשריבן איבער דעם ניגון: איבער דעם ניגון איז דא אן אינטרעסאנטער עפיזאדע; ר' בעריש ז"ל וואס איז גיוועהן אויך א פארפאסער אין סאטמער, האט אט דעם ניגון פארפאסט אויף א 'לכה-דודי' צום שבת אויפרוף פון איינס פון די קינד...
דורך מפיל קינד
פרייטאג מאי 08, 2020 12:00 am
פארום: א שמייכל
אשכול: מאסקע תקנות פאר נשים!
רעאקציעס: 7
געזען געווארן: 2821

סאטמאר האט נאכנישט פובליצירט זייערע מאסקע תקנות, ווייל זיי קענען נאכנישט די מאדע צו וויסן וואס איז צניעות'דיג. למשל, אויב וועט די מאדע זיין קורץ ווי די בלאוזעס זענען, וועט מען מוזן גיין מיט ריזיגע לאנגע מאסקעס ביז די אויגן. אויב וועט די מאדע זיין לאנג ווי די ראובס (פאנדזשעלאוס בלע"ז) וועט מען נ...
דורך מפיל קינד
דאנערשטאג מאי 07, 2020 3:41 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: צוואה אלערט.
רעאקציעס: 32
געזען געווארן: 3718

איך האב שוין לאנג געטראכט, צו לאזן צוואה צו שרייבן דעם ק"ש ניק אויפן מצבה. בדרך כלל נישט צו שרייבן קיין טיטלען, נאר דעם ק"ש ניק און אז מ'וויל קען מען שרייבן אפילו מער פון איין ניק אויב מ'האט, למען יעמדו ימים רבים און די קינדער און אייניקלעך אאו"ו זאלן זעהן וואס אינז האבן אלץ אויפגעטו...
דורך מפיל קינד
דאנערשטאג מאי 07, 2020 3:37 pm
פארום: אנשי שם
אשכול: בד"ה: הרה"ח ר' חיים משה שטויבער ז"ל
רעאקציעס: 26
געזען געווארן: 3787

[tag]היסטאריקער[/tag]
לויט ווי איך הער פון זיינע אייניקלעך איז ער נישט געווארן געפייערט. ער איז אליינס געגאנגען כאטש וואס סאטמאר רב האט אים געבעטן יא צו בלייבן.

ער האט שפעטער חרטה געהאט פארן גיין, און ער איז צוריקגעקומען און ווידעראמאל געווען רעדאקטאר אין די תש"מ יארן פאר עטליכע יאר.
דורך מפיל קינד
דאנערשטאג מאי 07, 2020 3:31 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: מהרז"ל מסאטמאר: בחורים זאלן נישט פארפאסן מקוה און מנין
רעאקציעס: 20
געזען געווארן: 2783

ער זאגט טאקע אז די חתם סופר איז צוגעפאסט צום מצב, אבער ער רעדט באריכות וויאזוי ס'איז אלץ נוגע פאר א בחור. לגבי מקוה און בית המדרש רעדט ער קלאר נישט פון יעצט, נאר פון די פראבלעמען וואס א בחור האט געווענליך מיטן אויפשטיין פארטאגס. איך וואלט אים מייעץ געווען ארויסצוקומען מיט א בירור אז ער האט דאס נישט ...
דורך מפיל קינד
דאנערשטאג מאי 07, 2020 10:32 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: מהרז"ל מסאטמאר: בחורים זאלן נישט פארפאסן מקוה און מנין
רעאקציעס: 20
געזען געווארן: 2783

דאס איז אן אויסצוג פונעם דרשה.

ער האט גערעדט בכלל פון די בחור'ישע יארן, ע"פ דברי החת"ס כחיצים ביד גיבור, אז די גאנצע בחורישע יארן איז א פאלשע מלחמת היצר צו שפירן די נסיונות וואס מ'גייט באקומען שפעטער אין לעבן. די ניסיון האט ער נישט געמיינט די יעצטיגע קריזיס, נאר בכלל די בחורישע יארן.
דורך מפיל קינד
מיטוואך מאי 06, 2020 10:12 am
פארום: קונסט
אשכול: בילדער וואס זענען העכער פון אותיות - טעגליך
רעאקציעס: 1121
געזען געווארן: 173427

דאס בילד איז מסתמא ארום 15 יאר אלט.