מילתא דבדיחותא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
מחונך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 27, 2023 9:57 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך מחונך »

קהל'ס נער האט געשריבן:נהגו שלא לריב עם אשתו בליל הסדר, כדי שישאלו התינוקות מה נשתנה......
ואין אנו נוהגים כך אלא מצה ומריבה ולאו דווקא עם אשתו אלא כל המסובין אצל השוויגער זא"ז וגם לרבות עם השוויגער ומסיקין עם החד גדיא חד גדיא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מחונך: דו דערמאנסט מיך (א מעשה וואס איך האב שוין פארציילט).

זיצט א תימנ'ער קאפל ביים סדר און מ'בראקט די הגדה. פלוצלינג רופט זיך אן די פרוי..."לא מבינה. הרי יש מכות. למה צריך עוד סימנים? (ר' יהודה ...!היה נותן בהם סימנים)

ענטפערט איהר מאן..."מכות בלי סימנים זה לא מכות"...!
מחונך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 27, 2023 9:57 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך מחונך »

איך געדענק נאך ווי מיין רבי אין סאטמאר ב"פ האט מיך אמאל געזאגט אז ער גייט מיך געבן אזוינע פעטש אז איך גיי נאך האבן סימנים ווען איך גיי אהיים. ער האט מקיים פסק געווען אין נאך געזאגט זאג פאר דיין מאמע אז עס איז א גאלדענע מעדאל!

ער איז נאך אלס א מלמד. אלע זיינע וויקטימס וועלן גלייך וויסן פון וועם איך רעד.

דער יעניגער, פלעגט שרייען נאך יעדער אויסברוך, איך רעג מיך נישט, איך מאך מיך נאר! א רבי וואס איז אויפגערעגט טאר נישט שלאגן!
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך כרם זית »

געהערט א גוטס:
בערל, א פשוט'ע פויער האט זיך באקלאגט פאר דער רב אז זיין זון האט זיך פארגריסטלכט. זאגט אים דער רב, ''איך פארשטיי זייער דיין צער ווייל אויך מיין תכשיט דוד האט זיך נעכטן גע'שמד'ט''.

''איז וואס זאלן מיר טון?'', פרעגט בערל. ''לאמיר מתפלל זיין צו גאט'', ענטפערט דער רב.

נאכן דאווענען פרעגט בערל, דער רב ''וואס האט גאט גענטפערט?"

''איך פארשטיי ענק זייער שטאַרק, ווארום אויך מיין זון האט זיך דערקלערט קריסט'', געט דער רב איבער דעם דבר השם.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
מחונך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 27, 2023 9:57 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך מחונך »

berlbalaguleh האט געשריבן:מחונך: דו דערמאנסט מיך (א מעשה וואס איך האב שוין פארציילט).

זיצט א תימנ'ער קאפל ביים סדר און מ'בראקט די הגדה. פלוצלינג רופט זיך אן די פרוי..."לא מבינה. הרי יש מכות. למה צריך עוד סימנים? (ר' יהודה ...!היה נותן בהם סימנים)

ענטפערט איהר מאן..."מכות בלי סימנים זה לא מכות"...!
איך האב אמאל באגעגנט דעם אינגערמאן פון דיין מעשה. איך האב באמערקט אז ער האט ליכטיג בלויע אויגן. פרעג איך אים " תימני עם עינים כחולות?"
זאגט ער מיר " כן, זה מהאבא שלי. לאימא שלי, הייתה עין אחת ורודה והאחרת הייתה שחורה. גם זה מהאבא שלי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מחונך, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

א באקאנטע גנב איז געקומען צום רב פון שטאט פאר א דרך תשובה.

די רב פרעגט אים אויס, וואס איז געשען? ביסט געווען ביי עושר פלוני אדער ביי גביר אלמוני?

דער גנב ווארט נישט קיין סקונדע און שטורעמט ארויס מיט א בהלה פונעם רב'ס שטוב.

די מענטשן וואס האבן געווארט אינדרויסן פרעגן אים, "אזוי שנעל האסטו באקומען א דרך תשובה"?

ער ענטפערט זיי אזוי לויפנדיג. "קיין דרך תשובה האב איך נישט באקומען, אבער צוויי נייע אדרעסן האב איך יא באקומען"...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

פרוי: איך מיין אז אונזער יענקעלע האט גענומען זיין שכל פון מיר.

מאן: איך מיין אויך אזוי, ווייל איך האב נאך מיינס...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

אן עלטערע איד האט אינטערגענומען א גאר שווערע רייזע קיין טעקסעס צו די גרעניץ. ווייל די דאקטער האט אים געזאגט אז זיין צוקער און קאלעסטעראל איז ביים בארדער.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

יענקל: איך גיי שוין אראפ פון זינען!! מיינע חובות מאכן מיר ממש משוגע!!

זעליג: נו, דאן צאל אפ דיינע חובות.

יענקל: אזוי משוגע בין איך נאכנישט...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

מאן: וואס איז דא היינט פאר סאפער?

ווייב: גארנישט!

מאן: אבער נעכטן איז אויך געווען גארנישט?

ווייב: היינט איז דא שיריים פון נעכטן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

משה טרעפט זאנוויל אויפן גאס.

"זאנוויל"!! ווייסט אז ביסט מיר שילדיג 200 דאלער??

זאנוויל נעמט ארויס א נאוטבוק פון טאש, מישט אהין און מישט אהער.. יא! כ'בין דיר טאקע שילדיג 200 דאלער!

א וואך שפעטער טרעפט משה ווידער זאנוויל אויפן גאס.

"זאנוויל! ביסט מיר נאכאלטס שילדיג 200 דאלער"!

ווידער נעמט זיינוויל ארויס זיין נאוטבוק, קוקט אהער און אהין, "יא! איך באשטעטיג! כ'בין דיר טאקע שילדיג 200 דאלער"!

אזא צוויי וואכן שפעטער באמפט נאכאמאל משה אריין אין זאנוויל. "זאנוועלע, געדענקסט אז ביסט מיר שילדיג 200 דאלער"?

"קוק אהער" זאגט זאנוויל, "טאמער גייסטו נישט אויפהערן צו מוטשענען, וועל איך דיר אויסמעקן פון די רשימה"...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
לייביש לעבאוויטש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 11:59 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך לייביש לעבאוויטש »

@שמן איז אין די מאד!!! :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

גיי מאך פסח'דיג...
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

לייביש לעבאוויטש האט געשריבן:@שמן איז אין די מאד!!! :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

גיי מאך פסח'דיג...
האק נישט אריין דא, כ'האלט אינמיטן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

אינגעלע: מאמי, כ'קען גיין געבן 5 דאלער פאר דער אלטער איד וואס שרייט אינטן?

מאמע: וואס שרייט דער איד?

אינגעלע: ער שרייט "אייזקריעם פאר 5 דאלער"...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

אינגל: "רבי, אמת מען קען מיר נישט שטראפן פאר עפעס וואס איך האב נישט געטון?

מלמד: ריכטיג.

אינגל: סאו כ'האב נישט געטון מיין עבודת הבית...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
לייביש לעבאוויטש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 11:59 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך לייביש לעבאוויטש »

שמן למאור האט געשריבן:
לייביש לעבאוויטש האט געשריבן:@שמן איז אין די מאד!!! :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

גיי מאך פסח'דיג...
האק נישט אריין דא, כ'האלט אינמיטן.
כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן, ביטע נעם אן מיין אפאלאדזשיס.
ביי

אה, יעצט כאפ איך האלטסט אינמיטן פסח'דיג מאכן, הצלחה, רוף מיך ווען די ענדיגסט.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

יונגל: מאמי, אויב וועל איך דיר ווייזן אז איך האב א 100 אויף מיין בחינה וועסטו מיר געבן צוויי דאלער?

מאמע: אקעי שעפעלע!

יונגל: פיין. סאו געב מיר פליז איין דאלער...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

לייביש לעבאוויטש האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:
לייביש לעבאוויטש האט געשריבן:@שמן איז אין די מאד!!! :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

גיי מאך פסח'דיג...
האק נישט אריין דא, כ'האלט אינמיטן.
כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן, ביטע נעם אן מיין אפאלאדזשיס.
ביי

אה, יעצט כאפ איך האלטסט אינמיטן פסח'דיג מאכן, הצלחה, רוף מיך ווען די ענדיגסט.
כ'האב עס נישט געמיינט ערנסט... :lol:

אז מען רעדט שוין וועגן העלפן אין שטוב. מיר ווייסן דאך פונעם בארדיטשובער, אז קשר"ק איז ר"ת קראצן, שארן, רייבן, און קערן.

האט א גוטזאגער געזאגט דערויף.. "ביי מיר אין שטוב בין איך דער בעל מקרא"...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געב אכטונג, אז דו וועסט זיין א בעל מקרא וועט זי ווערן דער בעל תוקע, אזש זי וועט בלאזען אויף דיר אגאנץ יום טוב...
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

קרן זוית האט געשריבן: געב אכטונג, אז דו וועסט זיין א בעל מקרא וועט זי ווערן דער בעל תוקע, אזש זי וועט בלאזען אויף דיר אגאנץ יום טוב...
[/quote]
עפעס א תקיעה גדולה מוז מען דאך אריינריקן...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

זיצט זיך א רבל'ה און גרייט צו זיין כל נדרי דרשה. ער שרייבט און מעקט, און שרייבט און מעקט.

פרעגט איהם זיין זוהן, טאטי, ווי אזוי ווייסטו וואס צו שרייבן פאר דיין דרשה?

זאגט ער, וואס הייסט? דער באשעפער אליין'ס בכבודו ובעצמו זאגט מיר פונקט וואס צו זאגען.

פרעגט איהם זיין זוהן, אויב אזוי, דאן פארוואס מעקסט דו אויס אפאר זאכען?
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

א אינגעלע האט אמאהל געבעטען זיין מאמע אז ווען זי שרייבט א מצוה צעטעלע זאהל זי עס אריין לייגען אין א ענוועלאפ. ווייל אויב מען גיבט דער רבי א פאפיר גייט עס אין מיסט, און א ענוועלאפ לייגט ער אין טאש
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
מחונך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 27, 2023 9:57 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך מחונך »

איך טרעף נעכטן א חבר ער זעט אויס אנגעפאשעט און זאט. פרעג איך אים פון ווי האסטו געהאט אזוי פיל צי עסן אין די טעג?
זאגט ער מיך נעה, איך בין פשוט זאט פון שלינגען.
פארשפארט