שלום בית, מלחמת עמלק

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

שלום בית, מלחמת עמלק

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]משה רבינו זיצט אזוי אין מדבר סיני אינאיינעם מיטן כלל ישראל, ווען מיטאמאל באקומט ער א זענדונג - אז זיין שווער יתרו און זיין ווייב צפורה, און זיינע צוויי קינדער גרשם און אליעזר, קומען צו קריכן צו אים דארטן אינעם פוסטן מדבר. אין די גאנצע עפאכע ווען משה האט פארארבייט זיינע טעטיגקייטן מיטן הארטנעקיגן פרעה אין עגיפטן און ביים רויטן ים, איז ער געווען עלנד ווי א שטיין, זיין געטרייע ווייב און זיינע ליכטיגע צוויי זין האבן זיך אויפגעהאלטן ביי זייער זיידע, דער געוועזענער בישאף פון מדין פלאזא.

די פראגע איז פארוואס פונקט איצט? פארוואס האט זיך יתרו פונקט איצט דערמאנט צו ברענגען פאר משה זיין אויסגעבענקטע ווייב און זיינע צוויי ליכטיגע קינדערלעך? ערקלערן אונז די מפרשים אז ער האט געהערט איבער דעם גראנדיעזער שלאכטן וואס משה האט אפגעהאלטן מיט די פארהאסטע עמלקים, די זיידעס פון די היינטיגע ציונים... דערפאר האט ער געפאסט זיין באשלוס. אבער געוואלד וואס פאר א גוט יאר האט דער ברייטביינערדיגער עלעפאנט מיטן נאדל צו טאן? אט איז ווי אזוי די געניטע שלום בית אגענטורן ערקלערן די זאך:

די אידן זענען קוים באפרייט געווארן פון טיראניע און שקלאפעריי, זיי האבן זיך נאך רעכט נישט געהאט געכאפט דעם אטעם, זיי האבן נאך געהאלטן אינמיטן זיך אויסקורירן פון די טראגישע איבערלעבענישן וואס זיי זענען דורכגעגאנגען אין עגיפטן, די וואונדן אויף זייערע לייבער פון די נייגאקעס פון די אידישע קאפאוס אין עגיפטען זענען נאך געווען אומפארהיילט, און מיטאמאל קומט דער פארשאלטענער עמלק צו גיין ווי פון אונטער דער ערד ארויס און הייבט א קאנפראנטאציע מיט די אידן. דו בהמה וואס דו ביזט, וואס ווילסטו פון דאס אידיש פאלק? פארוואס הייבסטו אן א קאנפראנטאציע מיט זיי פאר גארנישט און פאר נישט? נאר וואזשע דען, דער עמלק האט גענוי ווי די היינטיגע אנטיסעמיטן געהאלטן - אז אלעס איז דער דזשיד שולדיג! אלעס שלעכט וואס עס פאסירט איז בלויז צוליב דער שולד פונעם איד. די סייענטיסטן האבן דאס טאקע נאך נישט פעסטגעשטעלט אלס א ראציאנאל, פארט האלטן די אנטיסעמיטן דאס פאר א פאקט.

דער קלוגער אינטעלעקטואַלער יתרו האט דאס אלעס גוט באנומען, ער האט דאס גאר גרונטליך אנאליזירט, אין רעזולטאט האט ער באשלאסן צוריק צו פאראייניגן מאן און ווייב.

דער ווייב איז גענוי ווי דער עמלק. (אנטי-פעמעניסט אלערט) נעמליך, זי הייבט אן קאנפראנטאציעס מיטן מאן אן קיין שום אורזאך, פארוואס? ווארשיינליך צוליב דעם וואס זי האלט אז דער מאן איז שולדיג אין אלעם בייזן! ווען אימער עפעס גייט איר מיטן פיטום אראפ באשולדיגט זי ערשט דעם מאן, אפילו זי קען נישט אנצייגן קיין שום ראציאנאל וואס זאל בארעכטיגן איר באשולדיגונג! פארט איז אלעס איז דער מאן שולדיג. די קינדער פארשפעטיגן דעם באס, דער מאן איז שולדיג! דער טשולענט ברענט צו, ס'זאל זיך נישט מאכן, איז דער מאן ווידער שולדיג! עס וואקסט איר ארויס א ווארצל אויפן געזיכט, ווער דען איז שולדיג אויב נישט דער מאן? זי נעמט צו פונט אין גרויסן אזש די גבולי הקדושה ווערן פארברייטערט אויף א מאסשטאבליכער פארנעם, איז דער מאן ווייטער שולדיג! אזוי אן קיין סוף...

דערפאר האט אונזער יתרו געמאכט דעם פאלגענדעם קאלקולאציע, אז אויב משה האט זיך אזוי אן עצה געגעבן מיט עמלק, דאן איז ער דאס פאסיגסטע מאן צו וואוינען מיט א פרוי. ער האט זיך איינגעפאקט זיינע וואלוזן און באגאזשן און ארויפגעזעצט די שיינע צפורה מיט זיינע צוויי זיסע אייניקלעך גרשם און אליעזר אויפן קעמל און היידא... ער האט זיי געברענגט צו משה אין מדבר אריין....

עס איז ראטזאם דאס נישט איבערצוזאגן אין שטוב, דאס איז בלויז טאטע געשפרעכן וד''ל.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר