על (קורונה) ביעור חמץ

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
ישן מלא חדש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 123
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

על (קורונה) ביעור חמץ

שליחה דורך ישן מלא חדש »

פסח / קורונה ביר

אפאר טעג צוריק גיי איך אדורך א קיפקע און איך הער ווי א גרויסע דעה זאגער שטייט און טרייבט ליצנות פון די באריכט אז אן ערך פון 38% אמעריקאנע גוים האבן אויפגעהערט צו טרינט קורונה ביר, וויבאלד עס דערמאנט זיי פון די קורונה וויירוס.

טיטלען אויף די 'נארישע' 'קליין קעפיגע' 'אומוויסנדע' גוים זענען דארט געפלאסן לרחצה, און די ליצנות פון זיי האט דערגרייכט עד לב השמים.

איין זאך האט מיר אבער שטארק געבאדערט און איך וויל עס אויס שמועסן מיט אייך....

מה נישתנה...
נישט טרינקען קורונה ביר פון די וועלכע פיהרן זיך אז פסח עסן זיי נישט קיין מייערן (carots בלע"ז) וויבאלד מייערן איז די לשון פון מערן און חמץ איז א זאך וואס מערט זיך.

ועוד מה נשתנה...
נישט טרינקען קורונה ביר מהיש נוהגים נישט צו ניצן פסח עסיג (vinigar בלע"ז) אפילו מיטן בעסטע השגחה וויבאלד עסיג ווערט אנגערופן חומץ וואס איז דומה לחמץ.

טייערע חברים איך האב אייך געפרעגט צוויי קשיות זייט מוחל און ענטפערט מיר א תירוץ.

(ניין!! די תירוץ איז נישט אל תיטוש תורת אמך ווייל די אייניקליך פון די 38% וועלן אויך האבן די זעלבע תירוץ וד"ל!)

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר