אנאליזן פונעם שיעור...

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 486 מאל

אנאליזן פונעם שיעור...

שליחה דורך גבור חיל »

זיצענדיג אזוי ביים טעגליכן שיעור אין א קליין סמעדרשל אין מיין געגנט, האביך מיך אזוי פארקלאצט און געגעבן א שטיקל טראכט איבער געוויסע אנוועזנדע, ואמרתי להעלותו על הכתב, ווייל פארוואס נישט.

מאטל, מער א מיטליעריגע איד, ארבייט ווארשיינליך נאך מיט טעקסטיל ערגעץ ווי אין מאנהעטן, און פארט יעדן טאג מיט רבי יחזקעלע'ס באס, א בעלבאטישער איד מיט אלע מפרשים, נישט אלס ווערד אויס, נאר אלס וואוקס אויס, קוקט אויס גאנץ אן ערנסטער, אבער גאר פשוט, עסט ערליך לעקאך מיט משקה פאר יעדן ערליכן איד, און איז זיכער אז זיי מיען זיך ווי זיינע געדערים, אויף שבת קודש שפארט מען נישט, און געבט כ"ו צענט פאר יעדן ראציגן בחור'ל כמנין האווייע, בקיצור איר פארשטייט האפענטליך פון וואס פאר א טיפ איך רעד.

איך קען אים פונעם שיעור, דארט קומט ער יעדן אויפדערנאכט אנע אויסנאם, סאך מאל מיטן שטריימל אינעם שאפינג בעג ווייל מירל'ס פלימעניק מאכט חתונה, און לייגט אראפ בערך דעם זעלבען עבודת הקודש טאג טעגליך.

שפאנען שפאנט ער אריין מיט זיינע ווארימע באנאנע שיך באקליידעט אין א אפגעריבענעם לאכענדיגע רויעל'ס רעקל, א געגאלטע הויעכע קאפעליטש וואס שעמט זיך נישט פון שלמה דער שמש'ס היט, שלעפן שלעפט ער זיך אריין מיטן זעלבן מעניו יעדן טאג, א הויעכע ברוינע בעג מיט עטליכע חתיכות הראוית להתכבד פון טשאקאלאדישע שטיקער באבקע, ווארשיינליך וואס דער געטרייער אשת חיל העושה רצון בעלה איז געשטאנען אויף דיזע צוויי פיס אין די קליינע נומערן פונעם רינדיגן זייגער איר אהער צו שטעלן מיט אזא פראכט, און א ווארימע צוועלפ אנסיגער גלעזל וואס האט אין זיך די אפפאל פון צומאלענע טיי בלעטער, (ווער סהאט אויסגעטראפן דעם שידוך האט ווארשיינליך א ספעציעל דעזיגנירטע פלאץ אין שאול תחתית...) דיקע פראפעסארישע פלאס גלעזער שפאצירט ארויס פונעם קעשענע, און מאטל איז באקוועם אויפן בענקל, שטייצעך נישט פאר א הילכיגער קרעכץ, און מזיצט.

און אט הייבט זיך די שיעור אן, סגאנצער עולם האלט שטייצעך מיט יעדעס שטיקל טשאקעלאדע וואס ווערט צומאלן דורך דעם רחיים של שיניים, און יעדעס מאל סליפן רירט צו צום זוים פונעם פאום קאפ הערט זיך אזא ווארימע אהה, הכלל דער סעודה איז עט איס פיק...

גענדיגט מיטן נאך שפייז פונעם וועטשערע, און דער פילפאכיגער מארדע קנייטשט איין דאס שפייאכטס בארינענע בארדע מער און מער, ווי דאס קאפ נידערט זיך נענטער צום בני מעיים אין גאנץ א שנעלן טעמפא, אויף הייבנדיג איר כסדר צירוק מיט שרעק, ווען די מאטארן אריינגעבויט אינעם נאניע לאזן הערן א גערודער וואס איז אויסן איבער צו שרייען דאס איידעלע שטימע פונעם מגיד שיעור, קומט א שטילע קלאפ פונעם מגיד שיעור אדער פון איינע פון די באטייליגטע וואס די געהירן האבן זיך אים פארניצט, און אז עס העלפט נישט קומט א העכערע, וכן להלאה ביז ער קומט צירוק צום באוויסטזיין.

אזוי גייט עס געווענליך טאג טעגליך, מער ווייניגער איז דער מעמד סזעלביגע.

אזוי זיצענדיג ביים שיעור איין טאג, פארקלאצט אויפן ריטעם פון רעב מאטעל'ס שינת ערב, שפאנט אריין אזא שבח איד'ל, מיט זיין ריפסענע בעקיטשע וואס צייגט דעם אחורים מיטן פילן פראכט, א אפגעקראכענע גאר ברייטע ביבער היט, נאר די שווארצע זאקעלעך פעלט אים צו מלבש זיין די פאלקע, אבער סאיבריגע שבעה בגדים באקליידעט אים מיט שטאלץ.

אייביג האלט ער צווישן די הכנות און דאווענען, געבט אזא פיינטליכע קלאפ אין ריקען פאר יעדעם, מיט אזא נאאא, חומעש ראשע שוין געלערנט די וואך, לייק, העלאו? באג אפף? דענקעך טאקע איינמאל אים בטעות געגעבן א היטש, וואס פארלאנגט בעצם א באזינדערע ארטיקל, אבער איין אנעקדאט, ווען איינער האט מיר אריינגערופן, און איך האב אויפגעהויבן מיטן קנעפל אויפן סטערינג וויהל, און דער שבח'ל פרעגט מיר מיט אזא באחיינטע שמייכל, אה, דאס איז וואצאפט? און א טיפע כראפטצע האט נישט געשפעטיגט נאך צו פאלגן...

הכלל אן אלטער שנאה כבושה האב איך צו דעם מן הארץ מיט אלע מפרשים, און איז נאך א געשמאקער חאסידישער אידל אויך פאר א שווארץ קאפל...

דערזעהנדיג אים, טראכט איך אזוי צו מיר, ווען מען גייט אנקומען צירוק אהיים, נאכן אפלעבן סבאשערטע פעקל דא, און אין די ליין גייט שטיין אונזער שבח'ל מיט רעבע מאטל'ן, גייען זיצן דארט אפאר ליטווישע ראשי ישיבות מיט שפאלטענע היטלען, מיט א פראגע בויגן, א גוטן איז אייערע נאמען שבח'ל, יא, האבן זיע קובע עיתים געוועזן לתורה? אחחח גייט נישט שפעטיגן דעם ענטפער, כהאמיך געוואלט אראפ זעצן, אבער געקומען איז געקומען א דאונלאוד פארלאנג אין הכנות שטיבל, נאכהער האט מען שוין געברויכט א מנחה כאפן חחחח איר פארשטייט, דער פרעגער קוקט אים אן ווי דער האן ביי די בני חושך, האבן זיע קובע עיתים געוועזן לתורה, יא אדער ניין? ער דרייט מיטן אגודל, פריווט מיטן צינגל, סעגייט אבער נישט, איך וואלט געקענט קענען וועלן ווילן, סארי סיר, קומט דער שטיינערנע ענטפער, איט דאזנט ווארק הער.

קומט צו גיין דער מאטל, דע וואלקענעס האבן גוט געשוויצט אים צו דערזעהן דארט אויבן, און דעי חברה מיט די ברילן ביים שפיץ פרעגן, האבן זיע קובע עיתים געוועזן לעתעירע? יא! ענטפערט מאטל זיגרייך, יעדן איינציגן טאג, א שנעלע סירטש און עס שטעלט זיך ארויס, יאפ! אין היצן און אין קעלט איז ער גאגאנגען צום שיעור, יהי' מה שיהי'! א טשעק.

שבח'ל טראגט עס נישט דורך, אידאס דער עולם האמת? די טישן אין סמעדריש פלעגן ציטערן פון זיינע הילכיגע גערידערן ביים שיעור... העלפט אבער ניט קיין סאך, אט דער דאזיגער האט קובע עיתים געוועזן לתורה און איר ניט. א דאנק.

און מיט אמאל דערוועק איך זיך צום אמן יהא שמיה רבא פון מעריב וואס מיין שכן האט נארוואס געשריגן מנהמת לבו, כאפאנדיג אז דער שיעור איז שוין לאנג פארביי און נאר איך מיט מאטל זיצן נאך ביים שיעור מיט די אפענע גמרות! בזיונות!
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
רעאגיר