צופיל פון גארנישט - דורך (***פעיק ניוז***) ידידנו קאך_לעפעל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
בנין אב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 08, 2020 9:26 am
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

צופיל פון גארנישט - דורך (***פעיק ניוז***) ידידנו קאך_לעפעל

שליחה דורך בנין אב »

אין דיזע טעג ווערט פארעפנטליכט א בוך פון דער נידעריגסטער עלעמענט, שווארצער שאף און מיאוסער קאטשקע פון דער נאבלער און אריסטאקראטישער מלוכה'דיגע טראמפ פאמיליע ירום הונם ורכושם. דער בוך, אדער גענוצטע טוילעט פאפיר צווישן צוויי הארטע דעקלעך, ווערט פובלישירט דורך דער פארדארבענער, קארופטירטער און נידערטרעכדיגער פארלאג שמעון און שוסטער. ווי באקאנט זענען די עס עס שמעון און שוסטער אויך די פובליצירערס פון דעם בוך פון דזאן וואנצעס באלטאן, דער הויפט פארזיכערונג שעף און פאררעטער וואס האט געפעלטשט אין זיינע שווערונגען צו פארטיידיגן זיין מדינה און ווירקליך זיך פארקויפט ווי א קורווע פאר די שמעון און שוסטער דאלארן. איצט שווימט ארויף צום אויבערפלאך זייער געמיינע און שאנדפולע אגענדע פון אונטערברענגען דער הימעלישער קעניגרייך פון די פאראייניגטע שטאטן אונטער דער פירעשאפט פון מלכינו בראשינו המלך טראמפ, צו וועם עס האט זיך איינגעזאמלט ביי זיין אינאגיוראציע מער ווי דער גאנצער באפעלקערונג פון דער מקור פון דער מילדער קאראנאווירוס וואס הרג'ט נישט ניין און ניינציג פראצענט פון באשטעקטע.

אין דעם בוך פון די צוויי איקס קראמאזאמען מערי טראמפ דערציילט זי איבער די שולע און קאלעז און יונגערמאנישע יארן פון איר פעטער דעם פירער פרעזידענט דאנאלד טראמפ ירום הונו און דער דיספונקסיאנאלער פאמיליע וואו ער איז ערצויגן געווארן. ווי א טיפישער, און אין דעם פאל אויך טיפש, לינקער ליבעראלער און פלוראליסטישער מיטגליד איז ביי מערי די וויכטיגסטער ציל נעמליך צו ברענגען שאנדע און אפשיי צו איר פאמיליע. צוליב דעם האט זי געטראפן וויכטיג אויך צו אנטדעקן אז דעם פרעזידענט ירום הונו'ס עלטערן האבן פארנאכלעסיגט זיין ערציאונג, און אז זיין מאמע האט אים איבערגעלאזט אויף א יאר צוליב אירע מעדיצינישע באדארפענישן. מיט הארצלאזע, אייז קאלטע טינט און שווארץ ווי דעם פנים פון פרעזידענט טראמפ'ס ארכי-שונא באראק כוסיין אבאמא, טוט מערי שילדערן די פיינפולע יונגע דאנאלד'ס קינדער יארן. אנשטאט אים ארומנעמען אין איר בוזעם און אים דערלאננגען א קלינעקס אפצואווישן זיינע פראפעטישע און פאטאס פולע אויגן, דערציילט מערי נידערטרעכטיגע ליגנטס אז דער יונגערער דאנדאלד האט אמאל קאמענטירט אויף די צוויי בולבעס אויף איר פארנט.

מערי שוטה כפוי טובה טראמפ וועס ענדלט שטארק אין דער קו מעגין קעלי טוט זיך אויך באווייזן ווירקליך צו רעדן ווי ווען בלוט וואלט געשפריצט פון איר מקום התורפה. טראץ א תנאי פון געהיימשאפט אין איר נישט אנטדעקונג קאנטראקט וואס זי האט געשלאסן מיט די טראמפ פאמיליע, האט מערי פארבונטעוועט מיט די אנטיפא נאציס וואס ווי באקאנט ווערן זיי אויסגעצאלט און פינאנסירט פון באראק כוסיין אבאמא'ס און באבי פעלאסי'ס דריי הערנערדיגע אגענטורן און אנדערע דורכגעפוילטע עלעמענטן. אין איר געמיינע פארשווארצן און באשמוצן רייזע, טוט זי אויסברעכן טייכן פון קנאה ווען זי שילדערט דער סוד פון פרעזידענט טראמפ'ס אויסטערלישע הצלחה, אז וואס נאר ער רירט אן גייט באלד אריבער א טראנספארמירונג צו גין גאלד, אריינגערכנט אויך זיין עלעוואטור און די דעקלעך פון זיין קענעגליכער טרוין אין זיין בית הכבוד פון וואו ער געוועלדיגט מיט דער קראפט פון זיינע טוויטס.

א ריכטער האט אפגעהאלטן פון פובליצירן דעם בוך נאך דאנאלד'ס ברודער ראבערט האט איר אנגעקלאגט איבער דעם אויבנדערמאנטער קאנטראקט. פונדעסטוועגן האט מערי שוטה אומלעגאל געלאזט פארשפרייטן דעם בוך דורך די לינקע הויפטשטראם מעדיע. ווארשיינדליך וועט מען טרעפן א קאנספיראציע צווישן דעם ריכטער באשטימט אין זיין פאזיציע דורך דעם אומווערדיגער ב. כ. אבאמא און וועמענס געהאלט ווערט באצאלט דורך דעם יוסטיץ מינעסטוריום. די פרעש אין דעם יוסטיץ זומפ באמאכן זיך אלע איז זייערע אראפגעצויגענע אונטערהויזן נאך זייערע מיסברויכן זענען אנטפלעקט געווארן העל ווי דער זון אויף בארג ראשמור וואו פרעזידענט טראמפ האט געהאלטן זיין זיג דרשה דריי מאנאט בעפאר זיין ערווארטערטער ארויסקאפונג.

נאך דערציילט שוטה מערי אז זיידי טראמפ איז געווען א שטרענגער פאטער, אן אנטיסעמיט, א פסיכאפאט וואס האט נישט באוויזן קיין ליבשאפט און אפעקציע צו דאנאלד באטשי, וואס זי טוט פאררעכענען אלס לעסטערונג. מערי וואס איז אנגעבליך א טראנירטער קלינישער פסיכאלאג קריכט טיף אריין אין פעטער דאנאלד'ס מוח און לייגט אים אויס אויף איר קאנאפע צו אנאליזירן דער פסיכי פון דעם מעכטיגסטן פערשוין אויפן פלאנעט. זי דערציילט אפילו וויאזו ער האט טשיטירט ביי איינגאנג עקזאמען אין פרעסטיזפולע קאלעזען און ווי ער האט געטיילט אפיקומן מתנות פון פארברענטע בדיקת חמץ ברעקלעך. פאררעכטונג: דאס איז פאלטשע נייעס געווידמעט דורך קארופטירטער, פיינט פון דער פאלק, מעדיע. די ווארע דערציילונג ווי עס ערשיינט ביי בלוט-גענעצטע מערי אויף איר צואה אפגעווישטע פאפיר איז איבער נאטאל חאגע פרעזענטאציעס וואס דאנאלד האט ווייטער געשיקט ווי משלוח מנות פון א קארגער עלטער פעטער וואס ער שיקט ווייטער נאך ער ציט צום ערשטן ארויס די פראכטפולע שאקאלאדן אנגעפולט מיט קארשן צוקער.

דער בוך וואס טראגט דער נאמען "צו פיל און קיינמאל גענוג: וויאזוי מיין פאמיליע האט באשאפן דער וועלט'ס מערסטער דאנזעריסטער מאן" איז פארגעשפראכן צו ווערן א פילפארקויפער וואס וועט ווארשיינדליך אריינברענגען נאך מיליאנען צו די אויבנדערמאנטע איבערפליסנדיגע טראמפ אוצרות. דאס איז וויבאלד אז אין דער קלאגע, טוט ראבערט טראמפ אויך פארלאנגען פון גנב, ליגנער, שוטה, טיפש מערי אלע רווחים און רויעלטאטן וואס זענען ערווארט פון איר פארפאסונג.

שוטה מערי איז אויך אנגעבליך די זעלבסט פייפן בלאזער פון דער סאניטארישע בדיקה שמאטעס ניו יארק טיימס פארשונג וואס אין א שוידערליכער פארשוועכונג פון פרעזידענט טרומפ'ס פריוואטקייט האט אנדעקט די שטייערן רעטערנען פון פעטער דאנדאלד באטשי נישט עגזיסטירנדיגע שטייערן וואס ער האט גענצליך באצאלט צוויי וואכן נאך ער האט געענדיגט זיין דינסט אלס א העלדישער און פאטריאטישער זעלנער אין וויאטנאם. אין דער גרעניצלאזער חוצפה און פארפוילטקייט פון די לינקע באהילפער פון דער פאלטשע מעדיע האט דער ניו יארק ליגנט זאגער טיימס דערויף געווינען א פאטסישער פוליטצער פרס.

עס איז ערווארטערט אז דער פארלעסלעכער און געטרייער פאקס אמת-זאגער מעדיע וועלן ארויסשניידן יעדער דערמאנונג פון דעם בוך. דאס איז אנגעבליך אין פארלויף נאך זיי האבן קראפירט א בילד פון דאנאלד מיט דער בארימטער ליבהאבער און גענאד טוער צו יונגע מיידלעך הרה"ח זשעפרי עפשטיין און זיין מיידלפריינד גי'לעין מאקסוועל, צו וועם די לינקע ליגנער פרעסע ווילן מאכן א פארבינדונג מיט פרעזידענט טראמפ ירום הונו...

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר