האט טראמפּ באפרייט רובאשקין פון טורמע?

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3075
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2488 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2464 מאל

האט טראמפּ באפרייט רובאשקין פון טורמע?

שליחה דורך קורקלענד »

טראמפּ'ס פאפולאריטעט ביים חסידישער געמיינדע איז א שטארקע וואונדער, ווארום ער איז דאך א מושחת און האט שלעכטע מידות. וואלט אבער די היינטיגע חסידישע דור וואס ווייקט זיך ביי אזעלכע אויסגעלייטערטע מנהיגים געדארפט וויסן בעסערס. דער עולם כאפט זיך אבער צו צו עפעס א מעשה'לע אז טראמפּ האט אנגעבליך אמאל באפרייט א הויך קלאסיגער אידישער ארעסטאנט פון תפיסה נאך וואס מ'האט איהם אזוי בריטאליש אריינגעשליידערט אין תפיסה על לא דבר!

די מעשה ווערט גענוצט צו געבן א 'אפשאצונג' אויף טראמפּ 'כאילו' ער איז בעצם יא א אוהב ישראל. און אלע באשרייבונגען פון דער געשיכטע האבן צוגעלייגט אז טראמפּ האט עס געטוהן געטוהן בדרך הצנע לכת און טוהט זיך נישט אויף און רעדט קיינמאל נישט דערוועגן און אוודאי גרויסט ער זיך חלילה נישט מיט דעם נאבעלן אקט.

עס איז קאמיש אז טראמפּ זאל האבן געטוהן אזא נאבעלער אקט, נאך וואס דער וועלט באקאנטער און שטארק רעספעקטירטער ארגענעזאציע הנודע לשומצה עי,די,על, האט שוין קאנפערמירט דעם טראמפּען אלס א ריזיגער אנטיסעמיט ווי נאר ער האט אנגעהויבן לויפן פאר פרעזידענט, ווארום זיי האבן פרעפערירט אנדער מער עסטאבלירטע פאליטיקאנטן און דער טראמפּען איז געווען און קעגנזאץ פון זייערע געלטגעבער.

אבער עס איז נישט אמת אז טראמפּ האט זיך נישט געגרויסט דערמיט. מיט יאר דעראויף האט עס ארויפגעברענגט אין מאנהעטן ביי אן אסיפה מיט היימישע אינגעלייט און ער האט עס אזוי אראפגעלייגט בדרך גאות. די עי, די,על, האט טאקע נישט געשפעטיגט צו פארדאמען יענע דרשה אלס א אנטיסעמיטישע דרשה אבער נישט וועגן דער פרט.

אין זיין קאמפיין וואלט ער אוודאי יא געוואלט מאכן א עסק דערפון אבער אזויווי די דעמאקראטן מיט אזעלכע אוהבי ישראל ווי שומער וואס האבן זיך שטארק אקייגן געשטעלט וועלן דאס פאליטיזירן און ס'וועט נאר ברענגן עקסטערע שנאה פון די לינקע לאגער אויף חסידישע אידען האט ער דעריבער נעבעך געדארפט איינעמען א שטיל שווייגעניש.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר