א שטריימל פאר פלוניש'ל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פלוניש'ל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 8:58 pm
האט שוין געלייקט: 149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
קאנטאקט:

א שטריימל פאר פלוניש'ל

שליחה דורך פלוניש'ל »

גענומען פונעם פאפולערן טעלעגראם טשענעל פלוניש'ל

הקדמה:
היות עס זענען דא גאר אסאך אוצרות באהאלטן אין כלל ישראל, אידן וואס טוען וואוילע פעולות, פארקויפן גוטע פראדוקטן, סערווירן כלל ישראל מיט געטריישאפט, אדער זענען עוסק בצוכי ציבור באמונה, אבער זייערע אקטיוויטעטן זענען נישט דוקה מפורסם לעיני כל ישראל, און אונזער אידישע קאמיוניטי וואלט שטארק געקענט געניסן פון אט די אוצרות.

ווי דער לאזונג לויטעט: ״במקום שאין איש השתדל ליהות פלוניש״, האב איך גענומען דאס פעדער אין האנט (ס׳האט נישט געארבעט, האב איך עס אוועקגעווארפן און גענומען א נייע), און ח׳האב אנגעהויבן באשרייבן אט די דאזיגע אויפטוען וואס דרייען זיך הונטער אונזערע פליספעדערן.

דאס זענען נישט קיין באצאלטע אדווערטייזמענטס - די ציל פון די ארטיקלען זענען צווייפאכיג,

1) אונזערע העלדן וואס טוען גוטע ארבעט זאלן באקומען זייער קרן קיימת בעולם הזה.

2) אז דו זאלסט וויסן פון אונזערע אוצרות כדי צו קענען געניסן פון זיי.

**********************************

מיין פנים האט געשטראלט, ווען מיינע אויגן האבן געגלאנצט ווי א שפיגל-איי, שהחיינו וקיימנו! דער גרויסער טאג האט געלאנדעט אויפן וועלט! וואסי? פלוניש'ל גייט גיין אין שטריימל יריד און זיך וועהלן ווער ס'וועט זוכה זיין.

ס'אגענט שלעפט מיר אריין אין הויפטקווארטיר פון א לייטישער שטריימל פירמע, זאג איך זיי: "שמייס אהער א שיין שטיקל, אזאנס וואס העט כאפן א נויג"

ברענגען זיי מיר ארויס א הויכע טינקעלע שטריימל, וואס דיקע ווייסע בעזעם-האר האט איר באצירט אן סדר, ס'גאנצע בייכל איז געשטאנען בלויז אין צענטער, די קרוין איז געווען אזוי ארויפגעצויגן גראָד גראָד.

מיר האט דאס נישט געכאפט. נישט.

שוין, גיימיר ווייטער אויפן יאגד.

שפאן איך צו אן אנדערס געשעפט, באוואפנט מיט אגענטן.

מיטאמאל זעה איך אן ארבייטער ארויסשפרייזנדיג פון א צימער, ווען מיט זיינע שיך-פראָנטן האט ער נעוויגירט צוויי ריזענע טורעמעס פון שטריימל-באַקסעס, כאילו דאס וואלט געווען גע'שחט'ענע הינער.

"האלא! מיט וואס קענעך דיר העלפן?" האט מיר א געהילף געאָפערט זיין באדינונג.

"ח'וויל זאלסט מיר ווייזן א זעקסער. ש'כח"

"שט'קיין פראבלעם"

ער לויפט ארויס פון דארט, רייסט צוריק מיט פיר שטריימלעך, און פיצט אפ פון פראפערטי.

די שטריימלעך זעלבסט זענען געווען אסאך שענער פון וואס די אנדערע געשעפט האט געצייגט, (בד"וו איז עס געווען פינף און זיבעציג פראצענט פארטיג, ווי צו ווייזן: ח'האב עניוועי גענוג קונדן, דארפסט נישט נתפעל ווערן)

די מעסעדש איז געווען קלאר: אויב הייסטו נישט סטרולאוויטש אדער יאקאבאוויטש גייט מען דיר בכלל נישט אנערקענען אלס קליענט. ביי ביי.

מיין מעסעדש איז צו זיי: אויב זענען זיי נישט מחשיב מיין ז-ע-ק-ס ט-ו-י-ז-נ-ט דאלאריגן הוט (וואס ח'גיי טראגן בלויז איין מאל א וואך, אויך נאר אין א שיינע וועטער) ווייניגסטנס אזויווי מ'איז מחשיב א דיימאנט רינגל, זענען זיי נישט פאר מיר. דאַט קאַם.

אן אנדערע בראוקער נעמט מיר צו א דריטן שטריימל-סוחר.

ער קומט מיר אנטקעגן מיט סאלידע סערוויס, זאג איך אים, "דערלאנג מיר א שש אלפ'ל"

"נאדיר"

ער נעמט ארויס פון א פישקע א שטריימל. א וואוילער, א בא'חנ'טער, א שיינעם קאליר, א הערליכן אויסלייג, ממש א מושלם (ח'זאג ממש, ווייל די קרוין איז געווען פארגליווערט - אבער א'חוץ דעם איז עס שיין געוועזן).

איך קלינג אן א זאך-קענער, און איך בין אים מודיע אנטוזיאיסטיש אז מ'גיימיר אראפטראפן א דעפאזיט אין דעם דאזיגן געשעפט.

ס'מבין, אבער, איז בכלל נישט געווארן עמאציאנאל, און זאגט מיר אז אמת זיי ווייזן דיר שיינע יוצר, אבער די ענדגילטיגע פראדוקטן וואס זיי גיבן ארויס איז ממש אשפה.

דאס וואס דו האסט איצט 'געזען' פאר זעקס אלפים, און דאס וואס זיי 'דעליווערן' פאר זעקס אלפים, זענען ניטאמאל גענוג נאנט אויף צו זיין שונאים.

אינגאנצן צעמישט און פאר'ספק'עסט רוף איך אן א צווייטן א דריטן און א זיבעטן, און אלע בדיבור אחד זאגן מיר אז פון דארט שפראצן בלויז פאטאליטעטן. א שאד.

באווייז איך מיין זעהל אינעם פערטן שטריימל יאטקע היינט.

עפעס א געשליפענער מעקלער האט מיר אהינגעבראכט, צוזאגנדיג דערביי אן אכטער פאר זעקס קעי.

א רגע. וואס האב איך איצט געזאגט? אן אכטער פאר זעקס?? פארוואס? וועלכע קלוגע פערזאן פארטיילט צוויי טויזנט דאלאר פאר יעדן דורכגייער? דארשט ער וויכטיג נאך קונדן? איז ער שרעקליך געדריקט ארויסצוריקן א שטריימל פון שאפע?

זיץ איך דארט און ח'ווארט זיי זאלן מיר פארלייגן ס'אַכטער.

ער קומט צוריק נאך א פופצן מינוט מיט א שמייכל וואס קוויטשעט זיג, כלומר: דיין דעפאזיט ליגט שוין דא. פון לאנג.

און א שטריימל-קאסע אין זיין האנט.

ער שפאַרט עס אויף און נעמט ארויס א שטריי - - - ניטאמאל קיין קוטשמע איז דאס! די קרוין זעהט אויס ווי ער האצעך נארוואס אומגעקערט פון א טבילה אין א נאסע בליטשיגע מקוה, די קאליר איז כמעט שווארץ, די אויסשטעל פארמאגט זערא גאנג, גארנישט מהלך, קיין שום שיטה, סתם געלייגט שווענץ, אבי געזונט.

אזא אכטער איז נישט ווערד קיין זעקס, קיין פינף, ניטאמאל דריי.

דער אגענט האט גלייך געזען מיין אנטוישונג, האט ער מיר געפרעגט: "וואסי שלעכט מיט דעם שטריימל?"

איך: "וואס איז שלעכט פרעגסו? וואס איז גוט? ערשטנס, וואס אין דער וועלט גייט פאר מיט דעם קרוין?"

אגענט: "די קרוין איז ס'קלענסטער פיטשעווקע אינעם חפץ, מ'גיבט אים איין קעם אויס, און ער ווערט הערליך!"

(נאך איינמאל דו רופסט דעם דאזיגן שטריימל בלשון זכר, און איך לאז דיר אראפ צוויי שמעטערהאפטיגע פעטש!)

איך: "אזוי גאר... איין קעם אויס און ס'ווערט הערליך? נו, קעם עס אויס. פארוואס ווייזסטו רויע קיכן?"

אגענט: "אקעי, חוץ דעם כתר איז דא נאך עפעס וואס ד'ביסט נישט צופרידן?"

איך: "שאָר!! אסאך זאכן! למשל, די קאליר איז שוידערליך"

אגענט: "פלוניש'ל, ס'מאכסטעך נאריש, דו ווייסט אליין אז ס'פארב קען איך טוישן וויאזוי דו ווילסט"

(ח'האב מורא'דיג ליב ווען איינער זאגט: 'דו ווייסט אליין', ווייל אזוי מיז שוין זיין בעל כרחך למפרע אז איך ווייס טאקע וואס ער וויל איך זאל וויסן)

איך: "און די סעטינג?"

אגענט: "אה... די סעטינג, זיי טענה'ן אז זיי קענען מאכן סיי וואספארא אויסלייג דו גלייכסט"

איך: "אויב קענט עטס יא, טא וואס גייט פאר מיט דעם אפגעריסענעם שייטל? פארוואס מאכסטו בדוקא אזא אומגעלונגענעם אביעקט?" האב איך נאכנישט עספיעט צו דערגיין. "און פליז טראג אוועק פון מיינע אויגן דעם דאזיגן שטריימל פאר איך ברעך"

דער אגענט האט זיך געהאלטן רואיג און שטארק, און זיך אנגעהויבן מסביר'ן: "דעי שטריימל איז נאכנישט פארטיג, וועגן דעם"

איך: "והלא און אמער, איר מאכט הערליכע פאנטאסטישע שטריימלעך, פאר צוויי טויזנט דאלאר ביליגער ווי אלע אנדערע פירמעס, און דו קענסט מיר ווייזן בלויז א-י-י-ן אומגעענדיגטע שוואנץ? וואס?"

אגענט: "איך זאג דיר צו אז דו וועסט באקריגן א פרעכטיגער שטיקל! אויב געלונגט עס נישט באקומסטו א נייע, איך וועל דיר איבערמאכן וויפיל שטריימלעך ד'ווילסט ביז העסט זיין העפּי"

איך: "טענק יו. אבער איך קויף נישט קיין זאכן בלינדערהייט געבויט אויף הבטחות, אז דו וועסט מיר צייגן עפעס לייטיש, וועל איך זיכער דא באשטעלן מיין שטריימל. איז ווען פלאנסטו צו האבן א רייפן חפץ מיר צו ווייזן?

אגענט: "מארגן כעת הזאת ברויך פארענדיגט ווערן דעם כלי, העסטע דא זיין פיר דרייסיג. גוט?"

איך: "ערלעדיגט"

צומארגנס בין איך פונקט נישט געווען עוועיל, דערנאך איז שוין געווארן שבת, זינטאג האב איך בלאַ-בלאַ-בלאַ (דיטעילס-אלערט) עניוועי.. דינסטאג האב איך געשטעלט מיינע טריט צום זעלבן געשעפט.

איך: "נו, לאמיר זעהן דעם יופי"

אגענט: "עממ... יא, גענוי, לאמיר נאר געבן א פרעג. מענדל! וואו האלט די שטריימל? וואס הייסט וועלכע? פופצן מינוט זאגסטו? גוט, אקעי"

נאך א סאלידע פופצן מינוט, איז ער מיר אנטקעגן געקומען מיט א שטריימל-קאסטן, ריגלט עס אויף, און קניידלט ארויס דעם מצנפת.

אגענט: "נו פלוניש'ל, וואס זאגסטע צו דעם?"

איך: "וואו איז ס'שטריימל?"

אגענט: "קוק! אט דא אין מיין האנט!"

איך: "דאס פון דיין האנט האב איך שוין געזען, און יעצט ווארט איך זאלסט מיר ווייזן א שטריימל"

דעם ספאדיק ס'ער האט מיר דערלאנגט איז געווען דעם זעלבן נאסע וויידל ח'האב געזען לעצטע וואך, מיט איר אייגנארטיגן נאכגעלאזטקייט.

די שווענץ האבן געשלאפן, די קרוין איז געווען גע'גט פונעם עצם שטריימל, די סעטינג א קיילעכיגער יתום.

שוין, אויב דאס איז ס'שענסטע ער קען באשאפן, העל איך זיך דא מער נישט קלאמערן.

והקעצי עוד בידו, און איך שלאג מיינע יאגעדיגע טריט צום טיר.

אגענט: "צייג מיר פ-י-נ-ק-ט-ל-י-ך וואס און וויאזוי צו בייטן די שניט, און ד'באקומסט ממש אזוי ווי דו משל'סט מיר אויס"

איך: "איך פארשטיי באמת אז דו ברויכסט יעצט קריטיש ארויסזעהן עטוואס סחורה, ס'איז א שווערע געפיל, זייער. און מיט א בעכער מיטלייד בין איך דיר מבשר, אז לטובתי וועל איך ליבערשט נישטערן פאר א געשעפט וואס 'איך' באדארף 'זיי' נישט אויסלערנען וויאזוי צו מאכן א שטריימל"

אגענט: "דו מיינסט טאקע צ'קענען נישט פראדעצורן קיין שיינע נכסים? לעצטע יאר האבן מיר געשאנקען פאר א סעלעב אין מאנרא א הוד שבהוד, איי איז דאס שיין געווען! אויב איך ברענג דיר אריין פון קעי דשעי זיין שטריימל, און ח'בין דיר מבטיח אזא כלי, האמיר א מקח?"

איך: "פארווא'זשע ביז מאנדרא קריכן? און אגב, זינט פאריאר איז נישטא קיין איין מהודר'דיגן שטריימל? איך מיין סט'מיר ענדערש ברענגען א 'שיינע' שטריימל פון 'יעצט' און פון 'דא', כדי ח'זאל טוישן ס'מיינונג מיינע"

און דאן האב איך מסיים געווען ס'צווייפל, און זיך מקבל געוועזן מיט פעסטקייט: נישט קויפן דא שטריימל.

נישט.



מיינע טריט זענען געריכטעט געווארן צו נאך א געשעפט, א חבר מיינע האט מיר צוגערעדט אהינצוגיין.

אפשר וועט דאס זיין די ענדע פון מיינע מסעות.

"איך קוק פאר א זעקסער" האב איך מודיע געווען פארן העפליכן אינגערמאן די צוועק פון מיין באגעגעניש.

ער ברענגט מיר ארויס א שטריימל. אבער א שטריימל!

הערליך! יעדעס וויידל לויפט באזונדער מיט אן אויסטערליש פינקטליכקייט, קיין איין האר גזל'ט זיך נישט אריין אינעם חבר'ס ארבטייל. א פערפעקטן גלאנץ! די קרוין רינגלט אים ארום ווי אן ארמיי פון געטרייע סאלדאטן, פונקטליך געשניטן, אויסגעקעמט מיט טאלאנט, קיין איין חסרון!

איך רוף אן א חבר וואס האט דארט געקויפט, א שטארקע מבין גראדע, און ח'פרעג אים: "זאל איך דא אראפלייגן דעפאזיט?"

מבין: "וואס? וואו? ווער? הייב אן פון נורסערי, אין וועלכן געשעפט ביסטו?"

איך: "ראטענשטיין"

מבין: "הונדערט פראצענט! דארט זאלסטו קויפן, און נאר דארט!"

אן עד אחד איז דאך נישט באגלייבט, האב איך אנגערופן אסאך אנשים צו הארכן זייער צופרידנהייט ראטע בנוגע ראטענשטיין. און אלע פון זיי האבן מיט עקסטאז געענטפערט אז יאָפּס! 'דו וועסט זיין מער ווי צופרידן!'

* * *



"זאג מושי" האב איך זיך צוגעשארט צום ענין, פארן בעה"ב און ארטיסט ר' משה ראטענשטיין - ביים באשטעלן מיין שטריימל: "איך ברויך דאך ברענגען א מבין כדי מיר צוצופאסן ס'פערפעקטן קאליר און געבוי. נישט אזוי?"

מושי: "ניין. עס פעלט שט'אויס. איך זעלבסט גיי זיין דיין עקספערט, און איך אליינס גיי בויען דיין שטריימל"



* * *



שלושים יום קודם החג רוף איך אן מושי'ן, און מיט א מייט-עס-וועל'דיגן טאן פרעג איך: "ווען דארף איך אריינקומען פאר מכה בפטיש?"

מושי: "נישטא אזא זאך ביי נ'אונז"

איך: "וואס הייסט?? אויב די קרוין סוקסירט נישט? און וואס טוט מען אויב ס'בויכט נישט ווי עס באדארף?

מושי: "ביז ענקזייעטי שעפעלע. עס וועט בלי נזיר זיין גאר געלונגען, אנע גרייזן. העסט עס ברצון השי"ת גלייכן צו א מאקסימום"

* * *



מיינע באקן בייטן קאלירן, צו טינקל רויט. דאס שמייכל וואס איך האב פרובירט צו פארשקלאפן ציווישן צוויי שטייפע באַק-ציין, האט אנגעהויבן ארויסקריכן, שאפנדיג א ווייסע פּיטשיווקע אינ'ם רויטן פרצוף, עטוואס באלאסירנדיג דעם סטאטוס.

איך בין געווארן עמאציענאל שטייענדיג א פיצי מינוט בעפארן זעהן מיין אייגן שטריימל פארטיג.

מושי האט מיר נישט געלאזט שטיין לאנג אינעם צימער, און האט אריינמארשירט מיט א שטריימל-קאסע. זיין שמייכל איז געווען גרויס ווי א טרעקטער, און שטארק קאנקערירט מיט מיין צהלת פנים.

ער האט געמאכט פתוחה אויפן רינדיגן שאכטל, און האט עס אויסגעדרייט צו מיר: ״בעפאר ח׳ווייז דיר דעם שטריימל גופא, וויל איך זאלסט זעהן דעם אויבן״

די וויידלען אויפן דאך פונעם שטריימל איז געווען פאכמאניש אויסגעשטעלט אין א צוויי-שיכט-קאליר קינסט, ווי א זיברא.

און דאן האט ער עס ארויסגענומען.

ווי א באפרייטער פויגל פון שטייג האט דער קלאסישער שטריימל געעפנט זיינע פליגלען, די שיינע אויסגעקעמטע מארטען האר האבן זיך געוויגט צום טאקט פון עפעס א פרייליכער ניגון (אדער האט זיך עס סתם געשאקלט וועגן די עירקאנדישן).

און יא! מושי האט געמאכט א געוואלדיגער ארבעט!
רעאגיר