איך הייס בערל ****

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
בעבעלעך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 18, 2020 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

איך הייס בערל ****

שליחה דורך בעבעלעך »

איך הייס בערל ****
כאב פארלוירן טעם וריח
איך לאז מאכן א בדיקה
בתנאי סבלייבט בשתיקה

כאב געהייסן רופן מיילעך
"קום גיך אהער און הייל מיך
ברענג אהיים מיר א שפיטאל
אלה אלהיך ישראל"

"האט נישט קיין פאראיבל"
שרייט ר' פנחס דער מקובל
"נפלה שלהבת בארזים
גאר טיפע רזא דרזין"

סאיז מקובל פון דער טאטע
א חסיד איז א שמאטע
ער איז אנטלאפן דורך לענדער
און איך הייס נישט אבערלענדער

מסירת נפש פאר די שווענץ
פאר צדיקים מצווה טענץ
מאסקעס נאר אויף פורים
מ'קומט אפ חטאות נעורים

הלמתים תעשה פלא?
שטארבן איז נישט קיין פעלער
אן אלמנה איז נישט קיין שאנדע
סמעג יתומים זיין א באנדע

איך וואוין אין קרית ****
מיט נאך א הויז אין טעלז
כאב פון קיינעם נישט קיין מורא
אין מיין קעשענע ליגט די תורה
כאטש מרופט מיך אויך ****
איך בין בערל דער רוצח

דער אשכול פארמאגט 46 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט