איש עברי האט געשריבן:וואס קען קוים ווארטן אויף די דריטע וועלט מלחמה
איש עברי האט געשריבן:אבער איך מיין אז איך בין נישט דער איינציגער, יעדע מאהל וואס פוטין מיט אובאמא קוקן זיך אהן שטרענג האבן אונזערע אלץ-ווייסער ליב צו פאראויס זאגן אז אט ברעכט אויס די דריטע וועלט מלחמה, זיי זאגן עס מיט אזא שמייכל און א האפענונג אז דאס מאהל זאל זיך שוין טאקע עפעס אויסלאזן ערנסט.
זעהט אויס אז מענטשן האבן חשק צו וויטנעסן היסטארי זיי זענען מקנא די פריערדיגע דור וואס האט מיטגעלעבט אזאנע ביטארישע געשעענישן, און אונז איז עפעס באשערט צו לעבן אין אזא גרויע טרוקענע תקופה
גוצא האט געשריבן:וואס באקומט א מעסעדזש אז די קאווע שטיבל וועבסייט איז מער נישט סעיף?
@מנהל
קידוש האט געשריבן:בין איך די איינציגסטע אויף קאווע שטיבל וואס גלייכט צו ליינען / שרייבען דא בלויז ווען איך בין אין א פאול( pool), האט טאוב, אדער אין שאווער?
מתבודד האט געשריבן:... וואס האט באמערקט אז די צאל קאווע שטיבל באניצער האט געבראכן איר רעקארד נעכטן, און נאכאמאל היינט?!?!
לעבן זאל קאווע שטיבל!!!
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט