קאָנצענטראַציע לאגערן אין ניו יארק.

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

קאָנצענטראַציע לאגערן אין ניו יארק.

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג יוני 18, 2021 9:31 am

ברוקלין ניו יארק - גוט מארגן! א גוט יאר! דער רויטליכער זון האט נארוואס אויפגעשיינט אין ניו יארק! אידישע קינדער פון אלע עקן פון די ענגע געטאס אין ברוקלין, ווערן געטריבן צו די ספעציעלע דעזיגנירטע אומשלאג-פלעצער. א מאסן דעפארטאציע איז אצינד אין פילען קראפט... מאסן אידישע קינדער ווערן אקוראשט דעפאטירט צו די קאָנצענטראַציע לאגערן אין אפסטעיט ניו יארק.

הארט פארן ארויפשטייגן אויף די ספעציעלע געלע וואגאנען, ווערט דורכגעפירט א הארצרייסנדע סעלעקציע. די עלטערע ווערן אפגעטיילט פון די יונגערע, ס'איז א הארצרייסנדע בילד דאס צו צוקוקן ! טאטעס און מאמעס געזעגענען זיך מיט די קינדער מיט טרערן אין די אויגן. דאס גאנצע אומשלאג-פלאץ ווערט פארפלייצט מיט הייסע טרערן. די טיפע זיפצען פון די טייערע אידישע טאטעס און מאמעס, לעכערן דורך אפילו די פארשטיינערסטע הערצער. אט הערט זיך שוין דאס פייף, און די אידישע קינדער הייבן אן ביסלעכווייז ארויפצושטייגן אויף די געלע וואגאנען, אונטער די שטרענגע אויפזיכט פון די באהערדע... ווען א וואגאן איז שוין גענצליך אנגעשטאפט, גיבט דער אויפזעער דאס סיגנאל, איז דאס וואגאן לאזט זיך באלד ארויס אין וועג אריין. דער אומשלאג-ארט איז שוין גענצליך אפגעליידיגט, און דאס געפילדער איז שוין פארשטילט. די עלטערן צוגייען זיך מיט אראפגעלאזטע קעפ און מיט שווערע געמיטער... דאס טויטליכער זומער שטילקייט באהערשט צוריק דאס אומשלאג-פלאץ...

די וואגאנען שלענגלען זיך ארויף אויף די געדרייטע שאסייען וואס פירן צו די בערג. און נאך א לאנגע אויסגעמוטשטע רייזע דערזעט מען זיך שוין ענדליך ביי די טויערן פון די קאָנצענטראַציע לאגערן. דאס לאגער איז ארום געצוימט מיט א הויכע צוים, אזוי אז קיינער זאל זיך נישט חלילה דערוואגן צו אנטלויפן. די האלצענע באראקן, וועלכע מערסטייל פון זיי האבן שוין געזען בעסערע צייטן, שטייען גרייט אריינצונעמען אין זיך די נארוואס אנקומענדע קאצעטניקעס. די באראקן זענען אויסגעשטאט מיט ספעצילע פריטשעס, דעזיגנירט בלויז אויף צום שלאפן. אין די באראקן זענען בלויז פארהאן עטליכע בתי כיסאות, וועלכע ווערן אין אלגעמיין בלויז גערייניגט, ווען די רויטע קרייץ אינספעקטארן שטאטן אפ א באזוך אינעם לאגער, זיכער צומאכן אז די שטאטישע הומאנעריאיסטישע רעגולאציעס ווערן איינגעהאלטן.

דאס לאגער איז באוואכט דורך שטרענגע וועכטער באוואפענט מיט ספעציעלע נייגייקעס. מערסטייל פון די וועכטער זענען אונגארישע און פוילישע און פון אנדערע עטענישע אפשטאמיגע. מיט שטרענגע געזיכטער באוואכן זיי דאס לאגער בייטאג און ביינאכט, און מאכן זיכער אז די לאגער רעגולאציעס ווערן פונקליך איינגעהאלטן און גענוי אויסגעפאלגט. א שטרענגער אפעל ווערט אפגעהאלטן טעגליך, דורך דער הויפט אויפזעהר פונעם לאגער, איידער די קאצעטניקעס גייען אריין צום עס-זאל עסן פרישטאג. די אפעל ווערט אפגעהאלטן אונטער די שווערסטע אומשטענדן, אונטער א גאס רעגן אדער די באקענדיגער זון, און אח און וויי איז פאר עמיצער וואס ערשיינט נישט צום אפעל. די קאנציקווענצן קענען זיין ברוטאלע... אזוי גייען די קאצעטניקעס שמאכטן דארט אין די לאגערן, ביז זיי וועלן ענדליך דערלעבן דאס טאג פון באפרייאונג.

א אונטערשיד צווישן די נאצישע לאגערן און די ניו יארקע זומער לאגערן איז, אז די נאצי לאגערן זענען געווען מיט צוואנג, אבער ס'איז געווען גענצליך אומזיסט, דאקעגן די ניו יארקע זומער לאגערן איז טאקע מיט פרייע ווילן, אבער ס'קאסט פאר די עלטערן באלד וויפול ס'קאסט חתונה צו מאכן א קינד...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2156
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2749 מאל

הודעהדורך yn.NY » פרייטאג יוני 18, 2021 10:56 am

קאך_לעפל האט געשריבן:א אונטערשיד צווישן די נאצישע לאגערן און די ניו יארקע זומער לאגערן איז, אז די נאצי לאגערן זענען געווען מיט צוואנג, אבער ס'איז געווען גענצליך אומזיסט, דאקעגן די ניו יארקע זומער לאגערן איז טאקע מיט פרייע ווילן, אבער ס'קאסט פאר די עלטערן באלד וויפול ס'קאסט חתונה צו מאכן א קינד...

דאס איז די איינציגסטע אינטערשייד האסט געקענט טרעפן??!!

(קנאקעדיגע ארטיקטל, און גאר א שטארקע פאוינט - אבער לענ"ד הפעוט והצעיר איז עס היבש איבערגעטריבן צוצוגלייכן צו וואס אונזערע זיידעס זענען אריבער)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך yn.NY אום פרייטאג יוני 18, 2021 10:59 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
yn.NY
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 4:10 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג יוני 18, 2021 10:59 am

yn.NY האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:א אונטערשיד צווישן די נאצישע לאגערן און די ניו יארקע זומער לאגערן איז, אז די נאצי לאגערן זענען געווען מיט צוואנג, אבער ס'איז געווען גענצליך אומזיסט, דאקעגן די ניו יארקע זומער לאגערן איז טאקע מיט פרייע ווילן, אבער ס'קאסט פאר די עלטערן באלד וויפול ס'קאסט חתונה צו מאכן א קינד...

דאס איז די איינציגסטע אינטערשייד האסט געקענט טרעפן??!!

(קנאקעדיגע ארטיקטל, און גאר א שטארקע פאוינט - אבער לענ"ד הפעוט והצעיר איז עס היבש איבערגעטריבן צוצוגלייכן צם האלאקאסט)


https://www.readers.com/top-reading-gla ... llers.html
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2156
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2749 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג יוני 18, 2021 11:23 am

נישט אין פאסיגן אשכול.
כ'האב געפענט א ספעציעלע אשכול פאר אלע דיינע געשיכטעס.
(זיי זענען מתוק מדבש)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14813
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17017 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9673 מאל

הודעהדורך הקטן » פרייטאג יוני 18, 2021 12:19 pm

yn.NY האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:א אונטערשיד צווישן די נאצישע לאגערן און די ניו יארקע זומער לאגערן איז, אז די נאצי לאגערן זענען געווען מיט צוואנג, אבער ס'איז געווען גענצליך אומזיסט, דאקעגן די ניו יארקע זומער לאגערן איז טאקע מיט פרייע ווילן, אבער ס'קאסט פאר די עלטערן באלד וויפול ס'קאסט חתונה צו מאכן א קינד...

דאס איז די איינציגסטע אינטערשייד האסט געקענט טרעפן??!!
(קנאקעדיגע ארטיקטל, און גאר א שטארקע פאוינט - אבער לענ"ד הפעוט והצעיר איז עס היבש איבערגעטריבן צוצוגלייכן צו וואס אונזערע זיידעס זענען אריבער)

ווען דו ביסט נישט משלנו וואלסטו פאשריגן געווארן אלס אנטיסעמיט !!!
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2892
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1318 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג יוני 18, 2021 12:28 pm

פארוואס?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2156
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2749 מאל

הודעהדורך yn.NY » מוצ"ש יוני 19, 2021 11:27 pm

באניצער אוואטאר
yn.NY
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 4:10 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך yatzmachp » זונטאג יוני 20, 2021 2:09 am

דיין פארגלייך איז אפילו נישט נארמאל פאר א דזשאוק
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:10 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יוני 21, 2021 8:59 am

פארוואס?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2156
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2749 מאל

הודעהדורך תרמב » מאנטאג יוני 21, 2021 2:26 pm

ווייל דו פארגלייך צו די לאגערן איז רעזערווד נאר פאר די קעיזשעס לעבן די מעקסיקאנע גרעניץ.......
תרמב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 620
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 2179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 549 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יוני 21, 2021 2:35 pm

מיר פארגלייכן נישט גארנישט.
די ענגלישע ווערטער אויף אידיש, מאכט דאס נאר אויסקוקן אזוי. און דאס איז די גאנצע כאפ....
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2156
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2749 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 21, 2021 3:04 pm

yatzmachp האט געשריבן:דיין פארגלייך איז אפילו נישט נארמאל פאר א דזשאוק

יצמח פ.: ווען איך קען וואלט איך דיר געגעבן (לכה"פ) 2 דיסלייקס. ווייל דו הייבסט נישט אן צו כאפן (אדער ווילסטו נישט) די נקודה פון קאך לעפל.

איך גיי נאר דא איבער חזר'ן א זאך וואס איז שוין א סאך דעבאטירט און איבערגעקייעט געווארן. אז ווען ס'זאלל ארויסקומען א באפעל פון די רעגירונג אז איעדן זומער מוזן די ערליכע אידן פון ניו יארק און אומגעגנט ארויפפארן צו אפסטעיט אין די בערג און דארט וואוינען אין שטארק אומבאקוועמע באדינגונגען. אין צוקוועטשטע, קליינע, לעכעריגע באנגעלאוס פאר 2 חדשים. און נאך צאללן א (קנס) פון באלד 10,000 דאללער, וואלט מען געלאפן קיין וואשינגטאן און גענומען די גרעסטע שתדלנים אפצושרייען די ביטערע גזירה. בשעת ווען מ'קען וואוינען אין די אייגענע באקוועמע דירה פון א גאנץ יאר. יא. ס'קאסט א ביסל די עירקאנדישאן וואס לויפט (כמעט) יומם ולילה. אבער ס'איז גארנישט צו פארגלייכן צו די אומגעהויערע שוועריגקייטן וואס משפחות גייען אדורך צו פארן אין די קאנטרי...!

די מענטשן וועלכע שרייען זייער הויך ווען מ'פארגלייכט סיי וואס צום האלקאוסט מיט געוויסע זאכן, כדי לסבר את האוזן, זענען אדער אומ-וויסנד. אדער היפאקריטן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14813
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17017 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9673 מאל

הודעהדורך yatzmachp » מאנטאג יוני 21, 2021 11:45 pm

דו ביזט גערעכט, איך וויל נישט כאפן.

דו ביזט גערעכט מיט די איבעריגע אויך.

לאז מיך דיר מסביר זיין א קלייניגייט. ווען איך נעם צו דיין געלט און איך געב עס פאר צדקה, בין איך און דער צדקה צוועק סתם גזלנים און עס ברענגט א חרון אף אויף דער וועלט. . ווען דו געסט עס ברענגט עס ברכה. איי עס איז געשען די זעלבע זאך? ווען דו נעמסט דיר פאר צו פאסטן כדי צו פארלירן וואג פאר דיין געזונט איז עס א שיינע זאך. ווען איך שפאר דיך איין פאר דיין טובה בין איך א קרימינאל.

אויב א מענטש קען נישט טרעפן קיין בעסערע וועג אויפצוקלערן מענטשן אויף אן אקטיוויטעט וואס די מענטשן טוען מרצונם הטוב נאר דורכן זיי פארגלייכן צו די ארגסטע מעשים וואס עס זענען נאר געטאן געווארן אויף דער וועלט, דאן איז בעסער אז ער שרייבט בכלל נישט.
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:10 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 22, 2021 12:03 am

יצמח פ.: איך זעה טאקע אז דו האסט נישט געכאפט די נקודה. ער (ק.ל.) פארגלייכט דען דעם מצב אין אמעריקע מיט פארן צו די קאנטריס צו די גרויזאמקייט פונ'ם האלאקאוסט. ער ברענגט נאר דעם האלקאוסט אלס א משל. אז די זעלבע זאך וואס מענטשן טוען מיט זייער אייגענעם וויללן. און זיי פייניגן זיך דורכדעם. ווען די זעלבע זאך וואלט געווען א געזעצליך באפעל פון די רעגירונג וואלט מען עס פארשריגן אלס גזירה אקעגן די אידן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14813
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17017 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9673 מאל

הודעהדורך yatzmachp » דינסטאג יוני 22, 2021 12:32 am

מיר גייען אין סירקעלס.

זיך אליינס צו פייניגן איז "נישט" קיין עוולה. יענעם צו פייניגן איז א "געפערליכע" עוולה. יעצט, by definition קען מען עס נישט פארגלייכן no matter how you slice it or dice it.
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:10 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

הודעהדורך אלע צוזאמען » דינסטאג יוני 22, 2021 12:37 am

Yatzmachp ביסט גערעכט, אבער דער אשכול איז אין 'א שמייכל' ער האט נישט געמיינט דאס וואס די מיינסט (אדער געוואלט מיינען) אז ער ער האט געמיינט, ער האט סך הכל געוואלט ארויפלייגן א שמייכל אויף די לעפצען, און ביי מיר האט ער עס באוויזן.
אלע צוזאמען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 170
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 6:39 pm
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 140 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט