קאָנצענטראַציע לאגערן אין ניו יארק.

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3331 מאל

קאָנצענטראַציע לאגערן אין ניו יארק.

שליחה דורך קאך_לעפל »

ברוקלין ניו יארק - גוט מארגן! א גוט יאר! דער רויטליכער זון האט נארוואס אויפגעשיינט אין ניו יארק! אידישע קינדער פון אלע עקן פון די ענגע געטאס אין ברוקלין, ווערן געטריבן צו די ספעציעלע דעזיגנירטע אומשלאג-פלעצער. א מאסן דעפארטאציע איז אצינד אין פילען קראפט... מאסן אידישע קינדער ווערן אקוראשט דעפאטירט צו די קאָנצענטראַציע לאגערן אין אפסטעיט ניו יארק.

הארט פארן ארויפשטייגן אויף די ספעציעלע געלע וואגאנען, ווערט דורכגעפירט א הארצרייסנדע סעלעקציע. די עלטערע ווערן אפגעטיילט פון די יונגערע, ס'איז א הארצרייסנדע בילד דאס צו צוקוקן ! טאטעס און מאמעס געזעגענען זיך מיט די קינדער מיט טרערן אין די אויגן. דאס גאנצע אומשלאג-פלאץ ווערט פארפלייצט מיט הייסע טרערן. די טיפע זיפצען פון די טייערע אידישע טאטעס און מאמעס, לעכערן דורך אפילו די פארשטיינערסטע הערצער. אט הערט זיך שוין דאס פייף, און די אידישע קינדער הייבן אן ביסלעכווייז ארויפצושטייגן אויף די געלע וואגאנען, אונטער די שטרענגע אויפזיכט פון די באהערדע... ווען א וואגאן איז שוין גענצליך אנגעשטאפט, גיבט דער אויפזעער דאס סיגנאל, איז דאס וואגאן לאזט זיך באלד ארויס אין וועג אריין. דער אומשלאג-ארט איז שוין גענצליך אפגעליידיגט, און דאס געפילדער איז שוין פארשטילט. די עלטערן צוגייען זיך מיט אראפגעלאזטע קעפ און מיט שווערע געמיטער... דאס טויטליכער זומער שטילקייט באהערשט צוריק דאס אומשלאג-פלאץ...

די וואגאנען שלענגלען זיך ארויף אויף די געדרייטע שאסייען וואס פירן צו די בערג. און נאך א לאנגע אויסגעמוטשטע רייזע דערזעט מען זיך שוין ענדליך ביי די טויערן פון די קאָנצענטראַציע לאגערן. דאס לאגער איז ארום געצוימט מיט א הויכע צוים, אזוי אז קיינער זאל זיך נישט חלילה דערוואגן צו אנטלויפן. די האלצענע באראקן, וועלכע מערסטייל פון זיי האבן שוין געזען בעסערע צייטן, שטייען גרייט אריינצונעמען אין זיך די נארוואס אנקומענדע קאצעטניקעס. די באראקן זענען אויסגעשטאט מיט ספעצילע פריטשעס, דעזיגנירט בלויז אויף צום שלאפן. אין די באראקן זענען בלויז פארהאן עטליכע בתי כיסאות, וועלכע ווערן אין אלגעמיין בלויז גערייניגט, ווען די רויטע קרייץ אינספעקטארן שטאטן אפ א באזוך אינעם לאגער, זיכער צומאכן אז די שטאטישע הומאנעריאיסטישע רעגולאציעס ווערן איינגעהאלטן.

דאס לאגער איז באוואכט דורך שטרענגע וועכטער באוואפענט מיט ספעציעלע נייגייקעס. מערסטייל פון די וועכטער זענען אונגארישע און פוילישע און פון אנדערע עטענישע אפשטאמיגע. מיט שטרענגע געזיכטער באוואכן זיי דאס לאגער בייטאג און ביינאכט, און מאכן זיכער אז די לאגער רעגולאציעס ווערן פונקליך איינגעהאלטן און גענוי אויסגעפאלגט. א שטרענגער אפעל ווערט אפגעהאלטן טעגליך, דורך דער הויפט אויפזעהר פונעם לאגער, איידער די קאצעטניקעס גייען אריין צום עס-זאל עסן פרישטאג. די אפעל ווערט אפגעהאלטן אונטער די שווערסטע אומשטענדן, אונטער א גאס רעגן אדער די באקענדיגער זון, און אח און וויי איז פאר עמיצער וואס ערשיינט נישט צום אפעל. די קאנציקווענצן קענען זיין ברוטאלע... אזוי גייען די קאצעטניקעס שמאכטן דארט אין די לאגערן, ביז זיי וועלן ענדליך דערלעבן דאס טאג פון באפרייאונג.

א אונטערשיד צווישן די נאצישע לאגערן און די ניו יארקע זומער לאגערן איז, אז די נאצי לאגערן זענען געווען מיט צוואנג, אבער ס'איז געווען גענצליך אומזיסט, דאקעגן די ניו יארקע זומער לאגערן איז טאקע מיט פרייע ווילן, אבער ס'קאסט פאר די עלטערן באלד וויפול ס'קאסט חתונה צו מאכן א קינד...

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר