טשיקאווע געשיכטעלעך פון אונזער באליבטער berlbalaguleh

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3328 מאל

טשיקאווע געשיכטעלעך פון אונזער באליבטער berlbalaguleh

שליחה דורך קאך_לעפל »

איך האב געהאט אן ענליכע פאנטאזיע (ואם תרצו, אין זו אגדה, ח"ו)

ווען ס'איז געווען מיט עטליכע יארן צוריק א שמועס אז דער וויסטער שונא ישראל און נאצי סימפאטיקער פעטריק. דזשעי. ביוקענען ימח שמו וזכרו האט געוואלט לויפן פאר פרעזידענט, האטציך מיר געשפינט א פאנטאזיע אין קאפ... אז ער וועט סוכ"ס (ח"ו) אריינלייגן אלע אידן פון אמעריקע אין גרויסע קאנצענטראציע לאגערן, וועלכע מ'וועט בויען אויף די ליידיגע שטחים פון איידעהא. נאר צוערשט וועט מען אריינלייגן די אידעלעך אין לאקאלע געטאס, אזוי ווי וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי און לעיקוואוד. לכאורה ווייל ווילי טאון און שנארא פראק וועט זיין די גרינגסטע. מ'וועט אויפבויען א הויכן צוים (געיט בלע"ז) ארום די געגנט. און מ'עט שטעלן א פאר שחורים זיי זאללן וואטשן די אידעלעך.

נאכדעם וועט מען ברענגען א פאר ריזיגע הערקיולעס קארגא פלעינס, אויסגעבארגט פון די ארמיי און עיר פארס, מ'עט ארויסנעמען אלע סיעטס. און אריינשטופן די אידעלעך וויפיהל ס'גייט, און, ויסעו. די פליגערס וועללן זיך ארויסלאזן אויף די לאנגע רייזע קיין איידעהא.

אזוי ווי אמעריקע איז דאך א מלכות של חסד (אפילו אונטער ביוקענען) וועט מען (די אמעריקאנער רעגירונג) אויפבויען באנגעלאוס וואו מ'עט אריינלייגן די אידעלעך. א יעדער מיט זיין משפחה.

צוערשט וועט מען נישט האבן קיין דזשאב. דער עולם 'עטציך ארומדרייען ביז מ'וועט טיילן עסן. ס'וועט נישט קאסטן קיין געלט. אבער שפעטער וועט די רעגירונג איינזעהן אז מ'קען נישט געבן צו עסן פאר'ן עולם אומזינסט, וועט מען אויפבויען ריזיגע פעקטאריס וואו די אידן וועללן ארבעטן, אויך וועללן זיי ארבעטן אויף די פעלדער וואו די גוטע, וועלט בארימטע איידעהא פאטעיטאס וואקסן...!


וואס איז געווען נאכדעם...?! איך האב מיך אויפגעוועקט אין א קאלטן שווייס, און שנעל געלאפן הערן די נייעס. האביך געהערט אז דער שונא ישראל האט פארלוירן...! פארשטייצעך אז כ'האב לייכטער אפגעאטעמט...!

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר