ווילדע הרהורים

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1368 מאל

ווילדע הרהורים

שליחה דורך היסטאריע »

איך פיל מיך אליין.

קיינער איז נישט אינטרעסירט אין מיין וואוילזיין.
חברים? האב איך מער ווי גענוג. נאנטע חברים? גענוג. אבער קיינער אינטערסירט נישט, מיר.
טאמער מען וואלט סיי וועלכע פין מיינע חברים געזאגט, די גייסט שטארבן, קאנסט מאכן איין טעלעפאן קאל, וואלט קיינער מיר נישט גערופען. אפילו מיין ווייב, וועמען איך וואלט גערופען אין דעם פאל, וואלט גערופען מיינע קינדער. מיינע קינדער? זיי וואלטען גערופן מיין ווייב.
פאר וועמען לעב איך? פאר וועמען ארבעט איך? פאר מיר? נעה! איך דארף נישט דאס געלט. איך וואלט ליבערשט געגאנגען אויף א טראפיקעל אינזעל און פארברענגט אליין.
עס איז נישטא קיינער וואס איך קען אים געטרויען צו פארציילן מיינע יסורי הנפש. יעדער וועט מיר זיכער דן זיין, דער ווי א משוגענער און דער ווי א נעבעך. אפשר בין איך טאקע?
און פליז קום מיר נישט מיט קיין חשבונות פארוואס איך דארף זיין צופרידן, אפילו נאך מאטי אילאוויטש'ס טענות, מיט אלע טאלאנט און געלט וואס איך האב מער פין 5 ביליאן מענטשן, בין איך נאך אלץ אליין.
איי, האט דער חוני פארשטאנען א עסק.
אפשר דארף איך א טעראפיסט זאל מיר אויסהערן? אה, דאס מיינט אוודאי די משנה קנה לך חבר.
דער איכה ישבה בדד גריבעלט אין נשמה אריין, באלט ווי שבת וואס האט געטענהט לי לא נתת בן זוג. קומט שוין טאקע באלט שבת, זאל איך איר פרעגן אויב זי וויל? נעה איך שעם מער. און וואס וועל איך טוהן אויב זי וועט מיר זאגן, די? נאך אנוועטשען א וואך? כמעשהו בחול וכו'. וועל איך דארפען דילען מיט דער רידשזעקשען אויך.

און זאגסט מיר נישט די קינדער, די קינדער זענען א באנטש פאראזיטן וואס הערען נישט אויף פארלאנגען נאך און נאך, באלט ווי דער זוהר'ס הב הב. און נאך דעם דארף איך זאגען הב הב פאר מיין בעלעבאס. יא אבער איך בין בעסער, ווייל איך זאג הב הב צו קענען געבען פאר זיי, פארשטייסט?

איך מיין דער שנארער וואס זיצט ביים טיר פין ביתַ המדרש יומם ולילה וואס זאגט ער גייט פאר מקובלים אין רוסלאנד איז שוין מער פין מיר. אין זיין דמיון איז ער א חד בדרא. ר' מאטעלע טשערנאבלער אליין, אלע ל"ו צדיקים האלט ער אויס, א קלייניקייט? און מיין דמיון קאסט מיר דאס געזונט.
אוי באשעפער, יוסיף דעת יוסיף מכאוב, האט דער קאצקער געטענה'ט, קרענקען זאלסטו אבער וויסן זאלסטו. איך הער, אבער וואס איז די תכלית? אויב דער תכלית פין וויסן איז קרענק וואס איז דער תכלית פין קרענק?

זעה איך שוין, מיין בן זוג איז מיין שכל. דער שכל איז עפעס מורא'דיג, איך קען אים פרעגן וואס איך וויל, און ער ענטפערט. איך האף נאר אז מיין שכל וועט מיר נישט אנשרייען באלט בקול רם, משוגענער דו.
אבער אויב איז מיין בן זוג מיין שכל, ווער בין איך זעלבסט? עפעס א מין זאך וואס טוט אן טראכטן, ווייל דער טראכטען טוט דאך דער שכל. איז וואס גיבט מיר רצון? נישט דער שכל! אה, דאס מיינען זיי מיט דער אין טעם ברצון.

איז אזוי, איך בין אמאהל שכל און אמאהל רצון, ווענט זיך אין וואס? ווייס איך נישט, איז דא א דריטע דא וואס דרייט דער רודער? א טריניטי? א טאטע (שכל) א זוהן (רצון), אדער פארקערט? און א הייליגע גייסט וואס קאנטראלירט. נו, ביסט א קריסט געווארען? שעם זיך. אנטלויף!

שוין, קען איך שוין מיין אייגענע שכל אויך נישט געטרויען, ער איז מיר אויך דן.

אינגאנצען ביחידות.

באשעפער העלף.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר