ווילדע הרהורים ב.

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1368 מאל

ווילדע הרהורים ב.

שליחה דורך היסטאריע »

קלי קלי למה עזבתני

אוי באשעפער, פארוואס? באמת, פארוואס?

אמאהל ביסטו געוועהן נאנט צו מיר, ווי איך האב געקוקט האב איך דיר געזעהן, דער משגיח אין ישיבה, אוי, איך האב גוט געוויסט אז ער גלייבט נישט ערנסט, איין צדיק איז געוועהן אין דער ישיבה צווישן צענדליגע סטעף וואס ער האט געגלייבט. נאר אונז בחורים זענען געוועהן די מאמינים. און פרעג נישט, יעדעס מאל דער משגיח האט נישט גוט געפילט, צו ער האט געליטן אנדערע מרעין בישין, איז געוועהן קלאר ווי דער טאג דער יד ה', אזש אז קריעת ים סוף איז געוועהן א קינדער שפיל.

נאך דער חתונה האסטו מיר אבער פארלאזט, נישט אויף איינמאל טאקע, אבער צוביסלעך, בעיבי סטעפס. אנגעהויבן מיט דער כולל געלט, וויפיל מיין בטחון איז געוועהן שטארק, וויפיל מיין אמונה איז געוועהן דארט אז אין עוד מלבדו, און אז דאס געלט איז דירעקט פון דיר, איז דער כולל געלט געקומען שפעט און למחצה לשליש, וויפיל מאל האב איך געקויפט דער לאטערי וויסענדיג אז מיינע שאנסן זענען אסאך העכער ווי איינס פין הונדערט מיליאן, ווייל דו ביסט אויף מיין זייט. אבער...

ווי אויך, ווען דער שלום בית איז געפארן אויף אראפ, ווייל די באשערטע וואס דו האסט מיר צוגעשטעלט האט פארשטאנען יעדע זאך אנדערש, לא די וואס זי האט צוגעהאלפן צו א לעבן פון פרישות און פאר דעם געלט געקענט זיין א גערער, איז געווען חילוקי דעות, און דער קאמארנער שרייבט דאך אז ער האט מיט זיין ווייב קיינמאל קיין חילוקי דעות נישט געהאט ווייל זי איז געוועהן דער באשערטע, איז דאך פשט... און? ווי ביסטו? פארוואס?

און ווען איך האב בעל כרחך אנגעהויבן ביזנעס, און צוגעזאגט ערנסט צו געבן מעשר, נישט מיט קיין מעשה'לעך און היתרים ווי די אנדערע, און עס האט געהאלפן א קדחת. און דאס איז שוין געוועהן דער ובחנוני, אלע תירוצים האבן נישט געהאלפן, איך האב אכטונג געגעבן אויף אלע חוט השערות, אפילו געשושקעט ביים דאווענען אויף די וואס מאכן מיר קאליע די פרנסה. און איעקה? ווי ביסטו?

און ווען מיינס א נאנטע איז ל"ע קראנק געווארן אויף דער שרעקליכע מחלה, און וויסנדיג אז די טריטמענטס זענען ווערד כעשן לעינים, און איך האב נאכגעקוקט אין די קליינע אותיות אלע סגולות, פון שילוח הקן ביז פדיון ק"ס, מיט אלע כוונות רש"ש, און געמאכט הקפות פין מהר"ם פאפרוש, און געהאלטן די שמות פאר די אויגן, דער יחוד פון נוצר ונקה, און וואס נישט, און געזאגט תהלים אהן א הפסק, און צום סוף ווען דער ביטערע ענדע איז געקומען, און עס האט געשמיסן ווי שניי אין די אויגן, איגלאי מילתא למפרע, טבע בלייבט טבע, אלע סגולות האבען געהאלפן ווייניגער ווי די טריטמענטס, און צוזאמען מיט דער סתימת הגולל האב איך דארט באגראבן מיינע טייערע אמונות, מיינע אנגעהארעוועטע ידיעות השם פון יארן לאנג, איך האב חלילה נישט גע'הרג'עט די אמונות, געשטארבן זענען זיי אליין (ודלא כ'ניטשע וואס האט גע'הרג'ט), א מיתת נשיקה, מיט טרערן אויף ביידע באקן ווי א קליין קינד וואס וויינט נאך זיין באליבטער הצלה קאר מיט דער רימאט קאנטראל, אבער באגראבן האב איך עס יא, צוזאמען מיט יעדער שאוועל פון ערד איז געגאנגען נאך א באליבטער גלויבן. און טייערע באשעפער, זיי מיר מוחל, איך פרעג שוין נישט וואו דו ביסט, אפשר ביסטו דארט אין דער קבר, אפשר ביסטו אין הימל, אבער וואו אימער דו ביסט, שריי איך ארויס צו דיר, פארוואס? באמת, פארוואס? למה עזבתני?????
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היסטאריע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

דער אשכול פארמאגט 39 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר