פארוואס בין איך גראב?

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1368 מאל

פארוואס בין איך גראב?

שליחה דורך היסטאריע »

איך עס אפילו נישט אסאך. איך זעה אייביג אנדערע עסן מער פין מיר, און זיי זענען דינטשיק.

אינדערפרי ביי תיקון, עס איך אסאך מאל צוויי דריי טשיז דעלקלעך, און אפשר צוויי גלעזלעך ברוינפן, אבער יענער עסט מער.
ביי פרישטיק, עס איך נאר צוויי בעיגלס (איין פלעין און איין עווריטינג) (פת שחרית) איינס מיט אייער איינס מיט טונא, אמאהל עס איך אביסל סעריעל מיט מילך. און כדי זיך צו האלטען געזונט כאפ איך א באנאנא.
מיטאג, ווען איך קום פין כולל, מאך איך מיר פיינע פיצא אדער פאלאפעל באלס מיט טחינה (יויש איז דעיס גוט), און צוליב שאלות פין המוציא וואש איך מיר אויף א כזית אדער צוויי פין ברויט. ביי מיטאג מוז איך טרינקען גינגער עיל סאדא, כדי צו העלפען פארדייען דאס עסן און אוועק נעמען דער טעם פין מויל.
קומט נאכטמאל עס איך נאר וואס מיין בעלעבאסטע גרייט צו, אמאהל טשיקען אמאהל פיינע פרענטש ראסט, מיט פיינע קארטאפל אמאהל געבאקען אמאהל געבראטען, מיט פיינע סטירינג בינס א אדער אנדערע געזונטע נארהאפטיגע ירקות. אסאך מאל גיבט מיין אידענע אויך א פיינע ווארעמע קוגעל, מלא טעם.
ביינאכט עס איך אמאהל פאטעטא טשיפס אמאהל פרעטסעלס, חוץ ווען איך גיי אויף א שמחה.
דאס איז אפילו נישט אסאך, ווייל איך שפיר הונגעריק אסאך מאהל.

האב איך לעצטנס געהערט אז אין ילקוט שטייט אז פאר א מענטש ווערט געבוירן זאגט מען אויב ער וועט זיין גראב אדער נישט. עס מוז זיין וועגן דעם.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר