גערעדט מיטן כּוֹלל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1671
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6282 מאל

גערעדט מיטן כּוֹלל

שליחה דורך יואב »

[justify]די פילאָזאָפישע ספערע גליווערט אין שאָק. זי האָט זיך נאָכנישט דערהוילט פונעם אינטעלעקטועלן ערד־ציטערניש. א טעקטאָנישער מאָנסטער וועלכער האָט איבערגעדרייט לעגענדאַרע טורעמס און דאָגמאַטישע פעסטונגען צו בערגלעך גָּפְרִית וָמֶלַח. שְׂכַר מִצְוָה בְּהַאי עַלְמָא אִיכָּא איז שוין איצט א פאַקט — א וויסנשאַפטליך געזעץ. די עמפּירישע הוכחות פון א דראַמאַטישן חלוֹם פּובליקירט אין "וועקער," האָבן מצליח געווען איינמאָל־פאַר־אַלעמאָל אַריינצונאָגלען דעם לֵיכָּא־פּאַראַלאָגיזם אין א גראָבן קרייץ הויך צוויי־און־פופציג איילן. דער גרויסער אוֹר צו וועלכן ס'האָבן זיך געקלאַמערט פילע היסטאָרישע ריזן, אַריינגערעכט דער תַּנָא ר' יַעֲקֹב, פַּרְעֹה, און חַרְבוֹנָה, האָט מיטאַמאָל אויסגעצאַנקעוועט אין א שוואַרצן רויך.

וועקער־לייענער (#19) זענען וואויל באַקאַנט מיטן חלוֹם וועלכער ווערט דערמאַנט צווישן א הויפן אַנדערע שטיקלעך אין צווייטן קאַפּיטל פון "דער גרינער יֵצֶר־טוֹב." יוֹנָה מָצְאָה לאָזט איבער דעם חלוֹם און גייט תיכף אַריבער צו ווייטערדיגע אַספּעקטן אין דער דערציילונג. גערעכט איז ער. נישט ער איז א נייעס־רעפּאָרטער; נישט ער איז בכלל אינוועסטירט אינעם חלוֹם. אין פּערספּעקטיוו פון דערציילונג איז דער חלוֹם בלויז א טפל און נישט קיין עיקר. אדרבה! צו לייענען די אַרומיגע מעשה ביטע קוקט אין "וועקער." וואָס איך וויל אין דאָזיגן אשכול איז פּשוט מוסיף זיין א וויכטיג שטיקל אָנבאַלאַנגט דעם חלוֹם והמסתעף. ערשט לאָמיר ציטירן דעם חלוֹם. דערנאָך וועלן מיר אויפדעקן פרישע זאַפטיגע דעטאַלן.


דער חלוֹם

יוֹנָה מָצְאָה האָט געשריבן:

וַתִּדֹּר שֵׁנְדֶל חַוָּה נֶדֶר לַה', און שיינדל חוה האָט געמאַכט א נדר צום אייבערשטן, וַתֹּאמַר, און זי האָט געזאָגט, לֵאמֹר, אַזוי צו זאָגן: קאָסמעטיק־בייטעלע אין דר'ערד אַריין.

קוקנדיג אויף צוריק פאַרשטייט זי נישט הלמאי ס'איז איר אפילו אַפירגעקומען שווער. אויך מיר א נסיון. זי איז דאָך אייביג געגאַנגען אָנגעטון בצניעות; די איבלען זענען סיי ווי אָפּגעפרעגט געווען אין טאָמלער הויזגעזינד. פאָרט אָבער א יונג ווייבל געווען — "א נאַריש קינד," ווי זי זעלבסט באַצייכנט יענע תקופה.

אַמאָל־אַמאָל האָט זיך אָבער יאָ אויסגעפעלט אַביסעלע פּוידער אויפן צלם־אלוקים, א פּיצינקע שמינקעלע איבער די אויגן, א טראָפּקעלע פאַרב איבער די ליפּן, א טאָטש רוזש איבער די בעקעלעך, א משהו אָפּציפּעכץ ביי די ברעמען, און העכסט בשתיקה אויך א פּיצי־ביצי־באמת־א־ברעקעלע־קיינער־קען־אפילו־נישט־באַמערקן אָפּשוואַרצעכץ ביי די וויעס.

דאָס טאַנצן מיט א בלאַס פּנים אויף די חתונות פון קלאַס־חבר'טעס איז גאָרנישט לייכט אָנגעקומען. ערגער איז נאָך געווען ס'טאַנצן פון צייט־צו־צייט אויך מיט א קרעציגן שטערן צוליב דער גענצליכער עלימינירונג פונעם קאָנסילער. יאָ נדר נישט נדר — א קבלה איז א קבלה.

א נדר כשלעצמו איז דאָך נישט אַזאַ ביין אין האַלדז. אַז קלעקט נישט דאָס הַתָּרַת־נְדָרִים, דאַן קוועטש מען אויס א נוצן פון די כָּל־נִדְרֵי טרערן. ווען דער כִּי־יַפְלִא פאָרמירט זיך גאָר הינטער דער מחיצה: אִישָׁהּ יְקִימֶנּוּ וְאִישָׁהּ יְפֵרֶנּוּ. קיין וועג אַרויס עקזיסטירט אָבער נישט פון א קבלה אויף א דבר־טוב — לֹא־לֹא־לֹא. אָט אַזאַ טבע האָט דער רבוש"ע אַריינגעלייגט אין דער נאַטור: פרימער מעג (יש־אומרים: דאַרף) מען אייביג ווערן, כוֹלל משנה זיין פון די עלטערן. די זעלבע אַרבעט אָבער נישט אויף פאַרקערט; גאַנץ איינפאַך א שפּיל מיט פייער.

א האַלב יאָר גייט פאַרביי — וְהִנֵּה חֲלוֹם. א מאָדנער געשטאַלט איינגעהילט אין א ווייסער פּעלערינע יאַוועט זיך צו איר געלעגער. דאָס בילד ביי שיינדל חוה'ן אין מוח איז היפּש פאַרנעפּלט; זי געדענקט נישט ממש יעדן דעטאַל.

הענט אָדער פליגל? געדענקט נישט.

נאָז אָדער שנאָבל? געדענקט נישט.

מענטשליכע אָדער הינערישע פיס? געדענקט נישט.

באָרד? אַליין מסופּק צי זי געדענקט יאָ, נישט, אָדער בלויז האַלבוועגס. באַזירט אויף דער ברייטער אידישער היסטאָריע פון חלומות גלייבט זיך איר נישט אַז פון הימל לאָזט מען בכלל אַרויס ווייס־געקליידטע מענער אָן קיין לאַנגע שניי־ווייסע בערד.

"שיינדל חוה בת שפּרינצא דבורה!" רופט דער געשטאַלט צו איר אין א באַסאָווער שטימע. קלאָר א מאַן. זי ענטפערט נישט. דער שמאָל־לענגליכער קאָפּ בייגט זיך איבער עַל רֹאשׁ־הַמִּטָּה — א הייסער אָטעם שניידט גראָד אין איר רעכטן אויער אַריין.

"שיינדל חוה בת שפּרינצא דבורה!" שרייט ער הילכיג אַריין אין אויער, ווי צו א בּר־מינן אין קבר איידערן סתימת־הגוֹלל, זיכער צו מאַכן אַז די נשמה שטעלט זיך פאַרן בית־דין של־מעלה מיט דער אויטענטישער אידענטיפיקאַציע. א סקרוך עלעקטריזירט אירע ביינער נוסח גָּד־גְּדוּד־גְּדוּדָה־גְּדוֹלָה — קאָפּ־און־אָרעם אין סאַמע זעלבן קלאַפּ. "בת שפּרינצא דבורה," איז אָבער דער יעניגער קלאָר מטעים; מאַמע'ס נאָמען, ווי ביי א לעבעדיגן.

"איר הערט ווי מ'רופט אייער נאָמען?"

— כ'הער.

"'דער ענטפער איז הִנֵּנִי!"

— הִנֵּנִי.

"פּסוק י"ד!"

— וואָס?

"דער פערצנטער פּסוק!"

— כ'פאַרשטיי נישט.

"פּסוק י"ד … אַ גוטן מועד!"

שיינדל חוה כאַפּט זיך אויף מיט שרעק — א קאַלטער שווייס. א פּאַרווע שפּריץ נעגל־וואַסער און טאַפּט זיך אין פּאַניק די אֹזֶן־הַיְּמָנִית ... שפּיץ תְּנוּךְ ... ציטערט צו גיין העכער. די גלידערן צאַפּלען נאָך פון הייסן אָטעם, געשריי, און סקרוך — א פּחד!

זי צינדט אָן דעם לעקטער, לויפט צום שפּיגל, בייגט דעם קאָפּ, דרייט די אויגן, קנייטשט די אויערן, און פאַרגלייכט ס'רעכטע צום לינקן. זי שטעלט זיך גראָד, זייטיג, קרום, און געבויגן; כאַפּט אין דער האַנט א צווייטן שפּיגל, שטעלט אים קעגן ערשטן, מאַנעוורירט ביידע שפּיגלען אין אַלע ריכטונגען, און — גאָרנישט. ס'זעלבע אויער מִתְּמוֹל שִׁלְשׁוֹם.

סתם א חלוֹם? קען נישט זיין. עכט? מוז זיין עכט. דווקא איז זי נישט דער סאָרט מענטש — קלאָר נישט דער סאָרט. קיינער איז נאָך פריער נישט געקומען צו איר אין חלוֹם — ממש קיינער. זי איז נישט קיין בעלת־החלומות — אינגאַנצן נישט. זי לאַכט אייביג אָפּ פון חלומות — יעדער וואָס קען זי ווייסט.

הִנֵּנִי ווייסט זי וואָס טייטשט. פאָרט א אידיש קינד. פּסוק י"ד? משה זוך מיך! אין מיידל־שולע וואו די עלטערן האָבן זי געשיקט לערנען האָט מען דעם חומש גאָר בכיוון אויסגעשלאָסן פונעם קוריקולום. א גוטן־מועד? הַיּוֹם לֹא חֹדֶשׁ וְלֹא שַׁבָּת וְלֹא פּוּרִים וְלֹא מוֹעֵד.

אהרן שלמה האָט דייטליך פאַרשטאַנען פּשט: פַּרְשַׁת וַיֵרָא, קאַפּיטל י"ח, פָּסוּק י"ד — "לַמּוֹעֵד" אָשׁוּב אֵלֶיךָ כָּעֵת חַיָּה. די בשורה וואָס דער מלאך האָט אָנגעזאָגט שרה'ן. וַתַּהַר שֵׁנְדֶל חַוָּה וַתֵּלֶד בֵּן. אַזויפיל ווי פופצן גוט־מועד'ס האט זי אָנגעקינדלט זינט די קבלות טובות. זי שפּירט שטענדיג א פליכט מפרסם צו זיין די דאָזיגע מעשה כדי צו מונטערן די בת־ישראל צו פאַרבעסערן זיך אין צניעות …

עד כאן אין "וועקער" כּלפּי דעם חלוֹם.


אַחַר הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה

שיינדל חוה האָט אַריינגעשיקט דאָס מופת צו אויסגעהאַלטענע אידישע אויסגאַבעס עטליכע מאָל דורכאויס די יאָרן. "עטליכע מאָל" באַדייט יעדעס מאָל מיט מינערוויכטיגע רעוויזיעס. די רעאַקציעס פון לייענער, איבריג צו באַטאָנען, זענען שטענדיג געווען גאָר באַגריסנדיגע. אַנשים ונשים האָבן זיך כסדר פאָרגענומען קבלות פאַר זיך, פאַר די קינדער, פאַר שכנים, פאַר קרובים, אא"וו.

דאָס לעצטע מאָל וואָס זי האָט רעדאַגירט די געשיכטע איז געווען נאָך דער געבורט פון אינגסטן קינד, מרדכי דוד ני"ו, גוט־מועד #15. די סיבה פון רעדאַגירן: צולייגן א רמז צום מופת.

— ס'הייסט?

נאָך וואָס אסתר רייזל, גוט־מועד #14, איז געבוירן געוואָרן, האָט שיינדל חוה געמאָלדן אהרן שלמה'ן אַז איר רחם האָט געשלאָסן די טירן פון פאַבריק. הפּנים, אַזוי האָט זיך איר געדאַכט … רבות מחשבות … אהרן שלמה האָט באַלד דערויף פאַרשטאַנען אַז הוברר הדבר למפרע, דער פּסוק י"ד האָט שוין צוריק ביים היסטאָרישן חלוֹם געזאָלט מרמז זיין אויף פערצן קינדער, כמספּר י"ד.

גייט פאַרביי א יאָר, ואין והיה אלא לשון שמחה — גוט־מועד #15. א כּפּרה דעם רמז. אַלץ טאַנצט אָפּ חסדי ה' כי לא־כלה רַחְמָהּ פיין און וואויל ביז … סיעז־ענד־דעסיסט! … דער לויער פון רמז שיקט א צעטל אויף פּאָסט.

אהרן שלמה יאָגט שטייצעך דאָס צעטל באַלד אין מיסט אַריין. גאַנצערהייט. מיטן קאָפּ אַראָפּ. ניטאַמאָל איז עס ווערט די ענערגיע צו צעפליקן. נעכטן איז עס דזשורי־דוטי, היינט איז עס רויזנבלאַט געזעץ־פירמע, און מאָרגן א קאָלעקשאָן־אַגענטור פון א קרעדיט־קאַרטל — א שאָד דאָס פּאַפּיר.

ס'מיסט ווערט אָבער גרעסער. פּאָסט־קעסטל ענגער. פּאַק שווערער. ענוועלאָפּס דיקער. צעטלעך געדיכטער. ווערטער לענגער. אותיות רויטער. אַן אלול־גייסט הייבט אָן קיצלען אין די קישקעס. שמעקט עפּעס נישט גוט. רעדן צו די עסקנים?

נישט קיין מושג וואָס גייט דאָ פאָר. יאָ, ווען ער האָט אָנגעהויבן ניצן דעם רמז האָט ער אונטערגעשריבן אַז ער איז איינשטימיג מיט די טערמס־ענד־קאָנדישאָנס. אונטערגעשריבן אויבן. אונטערגעשריבן אינדערמיט. אונטערגעשריבן כמעט־אונטן. אונטערגעשריבן אונטן־רעכטס. אונטערגעשריבן אונטן־לינקס. אונטערגעשריבן דעם פולן נאָמען. אונטערגעשריבן די איניציאַלן. אונטערגעשריבן אויף דער אַנדערער זייט צעטל. שוין געהערט אַזוינס. א סך א סך רמזים געמאַכט שוין. א סך געשריבן איבער זיי און — רוב זיך אויסגעלאָזט אַזוי גוט ווי דער צדיק'ס סמיטשיק איבערן חנוכה־פידל. ובכן? עק וועלט?

וואָס דאַרף ער קוקן ווייטער ווי די רמזים אויפן אָנקום פון משיח'ן. אומגעפער דריי טוצן פליען אַרויס פון פענצטער יעדן חודש. נאָך קיינמאָל נישט געהאַט א רמז זאָל קומען אָפּמאָנען — קיינמאָל קיינמאָל. ערשטע מאָל ער הערט בכלל אַזאַ זאַך. נייע צעדרייטע וועלט. יעדן טאָג עפּעס אַן אַנדער שיגעון.

אהרן שלמה לויפט באַלד זיך שואל עצה זיין מיט אַן אַלטן ידיד: די קאָלטענעוואַטע קופּערנע באָרד. ער כאַפּט אין פויסט. שטייף, לויז, גלעט, קראַצט, בייגט אַרויף, קנייטשט אַראָפּ, קוקט אַריין, קייט אין מויל, און פּוצט אפילו דערמיט די ציין — נו? זאָג עפּעס.

נישט אום שבת גערעדט, טענה'ט די באָרד, קען ער דעם רמז צופרידנשטעלן מיטן איינשטימען צו פאַרלירן איינס פון די קינדער ח"ו. צוריק צו פערצן און פּטור אַן עסק. מענטשן באַגראָבן קינדער יעדן טאָג. צוריק אינדערהיים איז דאָך ממש געווען אֵין בַּיִת אֲשֶׁר אֵין שָׁם מֵת …

קלאַפּ אויף דיין פרעך פּיסקל. א באָרד א שלאַנג. ווי פאַרשטענדליך קומט אַזוינס נישט אין באַטראַכט אויף קיין שום פאַל נישט! רשע. אכזר. משוגענער.

— ממש קיין שום פאַל נישט?

קיין שום פאַל נישט!

— קינד גליטשט אָפּ פון דרך רח"ל?

היכי דמי אָפּגליטשן, ממש בֵּן סוֹרֵר וּמוֹרֶה?

— נו, זאָג דו …

כ'מיין, זאָל נישט אויסגערעדט זיין, חלילה וחס, אויף קיין שום איד נישט געדאַכט, א מחלל שבת? אוכל נבילות וטריפות? ... קומט נישט אָן גרינג צו זאָגן ... אָבער יאָ, מוֹת יוּמָת. אויס קינד!

— מומר להכעיס, מומר לתיאבון?

היינו הך. אַלץ איינס. כ'שרייב דאָס קינד תיכף אַרויס פון משפּחה, מיט א לויער צי אָן א לויער; מיט א רמז צי אָן א רמז. דערווייל אָבער איז מיטתי שלימה. ברוך השם. דער אייבערשטער זאָל העלפן ווייטער. כ'זאָג דאָך שטענדיג אַז מ'דאַרף סיעתא דשמיא אויף טריט־און־שריט.

— מיילעך שיע?

נו, וואָס איז מיט אים? אַביסל א שווער קינד. ובכן? א שייגעץ אָבער? וואָס ווייסט א באָרד וואָס איך ווייס נישט, האַ? רעד צו מיר.

— לשון הרע?

פּעטש דאַרפסטו? פאַר א טאַטע איז נישט קיין לשון הרע. פאַרקערט. תורה זאָגט דאָך קלאָר: אִם לוֹא יַגִּיד וְנָשָׂא עֲו‍ֹנוֹ. פּאַסט נישט פאַר א באָרד אַזוינס נישט צו וויסן. כאילו דו ווייסט נישט. נו? דערצייל. אָבער שנעל!

— סהדי במרומים כ'האָב גאָרנישט צו דערציילן. ער איז דאָך א ראָצער. קוים בר־מצווה געהאַט. פאַרקערט, נישט נאָר איז ער נישט קיין שייגעץ — ציטערט אימת מוות פון אַן עבירה. כ'בין נישט זיכער וויפיל ער ווייסט … ער האָט אָבער שוין פאַראַיאָר ביי מוסף די הייליגע טעג …

נו? פאַרוואָס דאַרף איך שלעפּן פון דיר ווערטער. רעד צו מיר קלאָרע דיבורים. גאַנצע זאַצן.

— ווען דער בעל־תפילה האָט געזאָגט וּמִפְּנֵי חֲטָאֵינוּ. די אונטערשטע תפילה דאָרט פון ספר עבודת הקודש. ער האָט שוין פאַרשטאַנען למחצה ולשליש ולרביע. כ'מיין, כ'ווייס נישט ממש צי כַּמָּה מִינֵי קֶרִי ... אָבער איינס זיכער.

שלעכטע חברים?

— אינגאַנצן נישט. אפשר טאָר איך נישט זאָגן, אָבער פאַראַן לפּחות צוויי אַנדערע טאַטעס וואָס האַלטן אַז מיילעך שיע איז גאָר דער שלעכטער חבר.

פְּתַח פִּיךָ וְיָאִירוּ דְבָרֶיךָ — שנעל רעד צו מיר!

— נישט אַזוי וויכטיג. ווייסט דאָך, סתם פּאַראַנויאישע טאַטעס. זיי זעען אַז דער בחור קוקט נישט אויס אַזוי פרום ווי דער פאָטער … שאָקלט זיך נישט אַזוי ביים דאַווענען … א בחור טאָר מען שוין נישט פראַסקענען לויט דער הלכה. סתם א דערמאַנונג. אָבער ער לערנט פלייסיג, ניין?

קען אַלץ זיין בעסער, אָבער כ'קען מיך נישט אָפּרעדן. אויף זיין גמרא הער איך גוטע גרוסן. ער האָט דאָך א גוט קעפּל. ער קען פיין ווען כ'פאַרהער אים. ער איז אָבער פאַרנומען מיט שטותים … און ס'פעלט אים די חסידישע וואַרעמקייט ... כ'פאַרשטיי ממש נישט. דער טאַטע, די מאַמע, דער זיידע — אַלע אַזוי וואַרעם און חסידיש. דאָס זעט ער דאָך און הערט ער דאָך שטענדיג.

— נעם אים צו גוטע אידן. א דור יתום, אָבער ס'נאָך דאָ וואו צו גיין.

כ'שלעפּ דאָך אים אַרום שעפּן יראת־שמים איבעראַל.

— קויף אים מוסר ספרים. מוסר מוסר מוסר. זאָג נאָך מער וואַרעמע חסידישע תורות ביים שבת־טיש. מאַך זיכער אַז ער זאָגט כאָטשיג איין תורה צו יעדער סעודה.

ער זאָגט תורות. כ'וואָלט אָבער ענדערשט געוואָלט פון אים הערן נאָכזאָגן א פּשט אויפן פּסוק פונעם אור־החיים־הקדוש ווי איידער פונעם מלבי"ם.

— מלבי"ם א פּראָבלעם?

ניין, ניין, חלילה וחס. פאַרקערט. כ'האָב נאָר מורא אַז מיילעך שיע איז אפשר א פּראָבלעם.

— מאַך טאַקע זיכער אַז ער האָט א שיעור אין אור־החיים־הקדוש, באר־מים־חיים, ליל ששי צי פרייטאָג־צונאַכטס. און ער האָט נישט וואָס צו לערנען נ"ך. ער וועט עלטער ווערן. דו ביי די דרייצן האָסט עפּעס אויך אַזוי געוואָלט קענען נ"ך?

וואָס טו איך מיטן רמז?

— א איד גיט זיך אַן עצה! די פּראָבלעם דאָ, צו דיין גוט מזל, איז פופצן און נישט דרייצן. דעם כולל האָסטו שוין פּראָבירט איינצושליסן?

מיינסט הלכה ולא למעשה?

— נאָוואָדען.

שוין, יעצט אַראָפּגעלייגט מיטן כולל — גרייט אויפן געשעפט.

— געוואַלדיג! דער רמז שטימט מיט פופצן.

פאַרוואָס דער כולל איז באַלד גרייט געווען אָן קיין צעגערייען ווייס איך נישט. כ'קלער ס'איז זכות אבות. וואָס זאָגסטו?

— זכות אבות! אפילו נישט קיין שאלה.

איז לאָז איך ביים לעבן אי דאָס קינד אי דעם רמז. די מעשה גייט מען אָבער מוזן טוישן. נאָכאַמאָל אַריינשיקן אין "מעלות." אָבער נישט כדי אַרויסצונעמען דעם רמז, נאָר כדי אַריינצושטעלן דעם כולל.

— לְעֹשֵׂה נִפְלָאוֹת גְּדֹלוֹת לְבַדּוֹ כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ.

ממש דעם זעלבן פּסוק געטראַכט. רעד צו מיר אָבער איבער מיילעך שיע'ן. כ'שפּיר דו באַהאַלטסט פון מיר. פאַרוואָס בין איך נישט רואיג? וואָס גייט פון אים אויסוואַקסן?

— וואָס ס'גייט זיין? בהדי כבשי דרחמנא למה לך? און דאָס איז שוין נאָכדעם וואָס חִזְקִיָּהוּ הַמֶּלֶךְ האָט דאָך קלאָר געזען מיט רוח הקודש. נישט איך און נישט דו האָבן רוח הקודש. א סך גרויסע לייט האָבן זיך גענומען אין די הענט אַריין ערשט ווען זיי זענען אַביסל עלטער געוואָרן. גלייב מיר אהרן שלמה, זה הקטן גדול יהיה. מיילעך הייסט ער דאָך נאָכן הייליגן רבי ר' אלימלך; יושע נאָכן גרויסן זיידן ר' יהוֹשע הכּהן זומערשטיין זצ"ל, דער נערעדעווקער שׁוֹחֵט. ער וועט דיך נאָך ברענגען א סך נחת … און אויך כבוד ... ווי רש"י זאָגט שוין אויף בְּךָ יְבָרֵךְ יִשְׂרָאֵל.

שוין, לאָמיר האָפן. און אַז דו קענסט מיך העלפן מיט א גוטער ישיבה־קטנה …

— פאַרגעס נישט צו רעדן מיט שמואל דוד'ן. ווייסט אָבער וואָס נאָך כ'העל דיך זאָגן? חִזְקִיָּהוּ הַמֶּלֶךְ האָט נישט געהאַט קיין תפילת השל"ה הקדוש אויף ערב ראש־חודש סיון. יאָ, מ'האָמער א וואָפן קעגן דעם שטן וואָס ער האָט נישט געהאַט.

שוין, א מעסעדזש פאַר די לייענער?

— אַזויפיל וויל איך יאָ זאָגן איבער מיילעך שיע'ן: ער איז אַביסל צו נייגעריג. כ'בעט דיך ברחמים אהרן שלמה, האַלט אַן אויג אויף אים. קוק גוט מיט וועמען ער רעדט אין בית־מדרש. כ'וויל דיך נישט זען אין צען יאָר אַרום זיך קלאַפּן אָשַׁמְנוּ. דו הערסט וואָס כ'רעד צו דיר? שלעכטע חברים זענען נישט פון זיין כּיתּה … יאָ יאָ, דו ווייסט וועמען כ'מיין … ספּוילער: יוֹנָה מָצְאָה גייט דיך אי"ה דערמאַנען אין דריטן קאַפּיטל פון "גרינער יֵצֶר־טוֹב" — וועקער #20[/justify]
בייגעלייגטע פיילס
גערעדט מיטן כולל ... (2).pdf
(80.6 KiB) אראפגעלאדנט 134 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יואב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר