א לעזונג צו די פראבלעם פון די 'נעמען פון חסידות'ן'

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8403 מאל

א לעזונג צו די פראבלעם פון די 'נעמען פון חסידות'ן'

שליחה דורך שמן למאור »

וויפיל מחלוקת, בלוט פארגיסונג, און סתם שלעגערייען האט שוין די נושא אנגעברענגט, דיני תורות וואס האבן זיך געצויגן פאר יארן לאנג, מיט ענדלאזע קאנסעקווענצן וואס לאזן נאך זייערע פינגער אפדריקן טיף אריינגעדריקט אין די נשמה פון אסאך חצירות'ן,

די 'גרעסטע' שטאלץ וואס יעדע 'חצר הקודש' פארמאגט, איז די 'נאמען פון די חסידות'. מיט דעם טוט זיך די חסיד אינדענטיפיצירן, דאס שטייט אין די צענטער פונעם גרויסן 'בית צדיקים יעמוד' טאוול, און דאס איז די יסוד פון די גאנצע חסידות, זאל עס זיין בעלז, סאטמאר, פאפא, סקווירא, וויזניץ, באבוב, גור, וכ' וכ' וכ'.

איך לכשעצמי האב איך קיינמאל נישט פארשטאנען דעם קאנצעפט. מילא די צדיקים וואס זענען געקומען פון אייראפע, און האבן זיך דא באזעצט, פארשטיי איך, נעם למשל סאטמאר רב, ער איז געווען רב אין שטאט סאטמאר אינדערהיים, און איז געווען 'סאטמאר רב' און ווען ער איז געקומען קיין וויליאמסבורג ווי עס איז געווען נאך אסאך אדמורי''ם, האט ער זיך נישט גערופן די וויליאמסבורגע רב, נאר איז געבליבן מיט זיין אמאליגן טיטל פון 'סאטמאר רב', אבער וואס איך פארשטיי נישט איז, וואס אין די וועלט האבן די היינטיגע סאטמארע רעבעס צו טון מיט סאטמאר? וואס האבן זיי איינגעשטויסן מיט דעם מאדנעם אונגארישע נאמען?

מ'קען מיינען אז עס ליגט גרויסע סודות התורה, אדער גאר שמות הקדושים אין די נעמען פון די 'חצרות הקודש' ווען אין די ווארהייט איז עס בלויז גויאישע נעמען פון שטעט אין אייראפע, אין עס ליגט גארנישט דערינען (צומאל איז עס אפילו טמא'נע נעמען ווי למשל סאטמאר, וואס איז נקראת על שם עפעס א עבודה זרה 'סאטו מארא', וואס וועגן דעם פלעגן אסאך ארומטוישן די לשון און זאגן 'סאקמאר' רב').

ווי האט נאר א גוטזאגער אמאל געזאגט, ער וואלט געוואלט זיין ביי די town hall מיטינג, אין אונגארן, ווען מען האט געגעבן די נאמען פון די שטאט 'הודו-נאנוש' איר מאדנע נאמען, ער איז נייגעריג וועלעכע 'אנדערע' נעמען זענען געווען אויפן טיש, און מען האט זיי גע'פסל'ט צוליב זייער מאדנעקייט אדער אימפאסיגקייט, 'ביז' איינער איז אויפגעקומען מיט די קלינגעדיגע נאמען 'הודו-נאנוש'...

עכ''פ, עס ליגט נישט גארנישט אין דעם, נישטא קיין שום חכמה אדער ענינים אין די 'הייליגע נעמען'.

אפאר וואכן צוריק בין איך איינגעשטאנען ערגעץ אין מאנסי אויף מעפל עוועניו, דארט האב איך געדאווענט אין א ביה''מ אין די געגנט וואס איך געדענק אפילו נישט די נאמען פונעם שול, עפעס א מאדנע נאמען פון א שטעטל אין כ'ווייס נישט וואו, א גאנץ שבת האב איך מיר איינגע'חזר'ט דעם נאמען עס צו קענען איבערזאגן ווען איינער וועט מיר פרעגן וואו איך האב געדאוונט, איך האב דאן געטראכט צו מיר, 'פארוואס קען די שול נישט הייסן 'מעפל שול'? זאל זיך די רב ריפן די מעפלער רב, ושלום על ישראל!

פארוואס מוז מען בלייבן סטאק מיט עפעס אן אלטע נאמען פון א ציקוועטשטן דארף אין גאליציע, ווען דו קענסט ריפן די נאמען פונעם חסידות על שם די גאס וואס די ביה''מ איז אויף? (כל הכבוד צום 'פארשעי' רבי, ס'פעלט אים עפעס?)

אין פתח תקוה איז דא א גרויסע מעין גאס וואס הייסט ז'יבוטינסקי, אויף דעם גאס איז דא א רבי'לע מיט זיין ביה''מ וואס ריפט זיך מעזיבוז, (אזוי ליגט מיר אין קאפ די נעמען פון די מעשה, אויב פארדריי איך די נעמען ביטע פארעכטן), האט ער אריינגעגעבן א ביטע צו די שטאט אז מען זאל טוישן די נאמען פון די גאס על שם די נאמען פון די חסידות, ס'זאל הייסן 'רחוב מעזיבוז', נאך א שטיק צייט איז די שטאט צוריקגעקומען מיט א תשובה, אז זיי האבן דורכגעטון די זאך, און זיי האבן מחליט געווען אז ער זאל זיך ענדערש טוישן די נאמען פון זיין חסידות צו 'ז'יבוטינסקי'...

איך האב שטארק געלאכט ווען איך האב געהערט די מעשה, אבער באמת, וואס איז א חילוק פון מעזיבוז מיט ז'יבוטינסקי? ביידע זענען מאדנע נעמען וואס האבן נישט קיין שום פשט, בלויז ווייל מ'איז שוין צוגעוואוינט צו די נאמען 'מעזיבוז' אלץ א הייליגע נאמען מיינט נישט גארנישט, מיט די יארן וועט מען זיך אויך צוגעוואוינען צו ז'יבוטינסקי...

(כ'האק אריין מיט א גוט ווארט, ווי האט איינער געזאגט, זיין זיידע האט נאך געוואוינט אין דערהיים אין 'תולדות אהרן' און פון די צווייטע זייט שטאמט ער פון דעם באקאנטן דערפל 'אמונת ישראל'...)

מען האלט שוין היינט אז עס איז דא עטליכע מנינים פון וויזניצע אדמורי''ם, עס איז דא א וויזניץ- מאנסי- קייעמישע, מיט א וויזניץ- מאנסי-וויליאמסבורג, מיט א וויזניץ-מאנסי- בארא פארק, וכו', (אגב, וויזניץ איז פונקט אזא נאמען ווי מאנסי, וויזניץ איז א דערפל אין רומעניע, און מאנסי איז א דארף אין ניו יארק, נישטא קיין גרויסע חילוק, פאר דער וואס כאפט נישט...)
דערווייל איז עס נאך אביסל אונטער קאנטראל, ס'נאכנישט אזוי קאנפיוזינג, אבער גיב עס א אפאר יאר, עס וועט זיין א וויזניץ- מאנסי- וויליאמסבורג- ירושלים- בארא פארקע רבי, מיט א וויזניץ- מאנסי- ירושלים- וויליאמסבורג- בארא פארקע רבי, מיט א וויזניץ- בני ברק- ירושלים- וויליאמסבורג- בארא פארקע רבי, און אלע אויף די זעלבע גאס!
עס וועט זיין אזא דור הפלגה אז מ'קען זיך נישט פארשטעלן, מען וועט אפזאגן א שידוך ווייל מען האט געמיינט אז ער געהערט צו וויזניץ-מאנסי-בני ברק, אבער די שדכן האט פארדרייט, און ער געהערט באמת צו וויזניץ- בני ברק- מאנסי....

מען דארף אפשטעלן די מגיפה באצייטנס...!

מיט אזא מהלך פון זיך עדזשאסטן צו די נאמען פון די גאס וועט אין קרית יואל ווערן מסודר איימאל פאר אלעמאל. פארוואס זאל סאסוב'ע ביה''מ זיין אויף דינוב קארט, און דינוב'ע ביה''מ זיין אויף קאזניץ לעין, קאזניצע ביה''מ אויף אפטע סטריט, אין אפטע שול אויף ברעסלעב עוועניו, און ברעסלעבע שול אויף טשערנאבל סטריט... די קאפ קען ממש שווינדלען!
פארוואס זאל מען נישט מאכן ריסעט, און יעדע שול און רב זאל זיך פאררופן אויף די נאמען פון די גאס וואס זיין שול איז אויף, איי זיין ווייב איז א שטיף אור-אייניקל פון קאלובע רב? אבער למען השם ער וואוינט אויף לעלוב לעין! זיין זיידע האט אויך נאר געהייסן 'קאליבער רב' ווייל ער האט געוואוינט אין שטאט קאלוב, יעצט אז דו ביסט סטאנציאנירט אויף לעלוב לעין, וועסטו הייסן 'לעלובע רבי'!

איך זאג נישט ח''ו אז די מרה דאתרא זאל הייסן האדמו''ר מגארפילד, חס ושלום, מאן דכר שמיה, ער איז דאך רב אויפן 'גאנצן' שטעטל נישט נאר אויף זיין גאס, אבער פארוואס זאל ער הייסן האדמו''ר מסאטמאר, וואס האט הודו מיט קוש מיך? ער זאל הייסן כ''ק מרן אדמו''ר מקרית יואל שליט''א!

אין בארא פארק וועט די זאך זיין סאך פשוט'ער. אנשטאט די מאדנע נעמען, קען מען לכתחילה הייסן לויט די נומערן, כ''ק מרן אדמו''ר מ15, כ''ק מרן אדמו''ר מ51, וכהנה וכהנה, עס וועט אסאך גרינגער מאכן די לעבן, נעם אוועק די 'באבוב' פונעם 45, און רוף זיך לכתחילה האדמו''ר מ45 אדער 49, און די אנדערע וועט הייסן האדמו''ר מ48, ושלום על ישראל.

אין וויליאמסבורג זאל פאפא טוישן איר מאדנע נאמען צו 'בעדפארד', ס'קלינגט סאך בעסער, כ''ק מרן אדמו''ר מבעדפערט שליט''א, סאטמאר זאל הייסן האדמו''ר מראדני שליט''א, און עס וועט אפילו זיין א כ''ק מרן אדמו''ר מפלאשינג שליט''א,

(אגב אין וויליאמסבורג איז דא איינער וואס רופט זיך די אפטע רב, פארציילט מען אז ער האט אמאל באקומען א טעלעפאון קאל,
ער הייבט אויף די טרייבל,
''א גוטן דא רעדט די אפטע רב, ווער רעדט''?
יענער ענטפערט
''אה א גוטן, דא רעדט די קאזניצער מגיד''...)

איך זאג נישט אז מיט די מהלך וועט ווערן א תיקון השלם, ס'נאכנישט ממש משיח'ס צייטן, עס וועט מסתמא זיין א דין תורה צווישן סאטמאר מיט נייטרא ווער זאל הייסן ראדני רבי, אדער צווישן וויען מיט וויזניץ ווער וועט הייסן האדמו''ר מ'לי, אבער איך מיין אז מען קען זיך אן עצה געבן, פונקט ווי עס איז דא חסידות'ן מיט צוויי נעמען ווי למשל צאנז- קלויזנבורג, קרעטשניף- סיגוט וכדו', קען מען דא אויך מאכן אזוי, איינער הייסט האדמו''ר מ'לי- ווילסאן, און די צווייטע וועט זיין האדמו''ר מ'לי- טעילער, ביי סאטמאר און נייטרא, וועט איינער הייסן ראדני- לי, און די צווייטער ראדני- בעדפארד, (אדער אפשר קען סאטמאר הייסן האדמו''ר מוויליאמסבורג סטריט, עס איז דאך דא אן אריינגאנג פון דארטן אויך).

עכ''פ איך מיין אז מיט אזא מהלך וועט שטארק געלינדערט ווערן די געפערליכע קריזיס פון די 'נעמען פון חסידות'ן'
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 67 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר