א יישר כח אייך הרב חיים שלמה בערגער שליט"א

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19571
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24498 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

א יישר כח אייך הרב חיים שלמה בערגער שליט"א

שליחה דורך berlbalaguleh »

א גוטע וואך: איך וויל דא אויסדרוקן אן עפנטליכן יישר כח פאר הרב חיים שלמה בערגער שליט"א. דער שרייבער אין מאמענט.

נאכדעים וואס ער איז פארטיג געווארן מיט די וואכנאכטס אין די הויפן (נישט פון די רבי'ס) און די שפיצן פון דעם מלבוש אויפ'ן קאפ וואס איז נישט קיין שטריימל. (מיט וואס איך בין מסכים מיט איהם 80%.) האט ער זיך ארויסגעלאזט אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים. מסתמא אנגעהויבן כ"א אדר א'. ביי די יארצייט פון הרה"ק בעל נועם אלימלך זי"ע. ער איז געווען. אדער געוואלט זיין אין אוקראינע. פוילן און אונגארן. דער אייבישטער האט אזוי צוגעפיהרט אז אונטערוועגנס ביי די גרעניצן האט ער אנגעטראפן און באגעגנט א סאך ציונים. וואלט איך איהם געוואלט בעטן ער זאלל מיר געבן זייערע נעמען און וויאזוי מ'קען זיך פארבינדן מיט זיי. ווייל איך זוך שוין ארום ציונים מיט לעכט. נאכדעים וואס די אלטע ציונים זענען שוין געפגר'ט. אדער אויסגעשטארבן. (טעיק יור פיק.). לאמיר מאכן א שטיקל חשבון. די ערליכע אידן אין ארץ ישראל. די בני הישיבות און די חסיד'ישע אידן זענען זיכער נישט קיין ציונים. און להבדיל די גויים וועלכע וואוינען אין ארץ ישראל. די וועלכע איוועט (מ'קען איהם נישט אנרופן מיט זיין אידישן נאמען אביגדור.) ליברמאן שר"י (בתנאי אז ער וועט נישט תשובה טון). רעפרעזענטירט זענען אויך זיכער נישט קיין ציונים. זיי דארפן נאר די מדינה אויף וויפיהל מער עולם הזה זיי קענען ארויסשלעפן פון איהר. די מינוט זיי זעהען אז מ'קען זיין א גרעסער און בעסערער גוי אין אמעריקע אדער דייטשלאנד, האבן זיי די גאנצע מדינה אין ד'רערד. די איינציגע ציונים וואס כ'האב געטראפן זענען אין פאליש און קאווע שטיבל פון ביהמ"ד אין ראדני. אדער אין מקוה. או.קעי. ס'זענען נאך פארבליבן א פאר ציונים. א מיעוטא דמיעוטא. די חברי הכנסת פון דגל און אגודה. נאר זיי זענען יעצט נישט אין די ממשלת המינים. ע"כ פריי איך מיך אז הרב בערגער שליט"א האט אנגעטראפן א סאך ציונים, בשפע.

ווער ס'ווייסט פון נאך פלעצער וואו מ'קען געפינען א פאר ציונים פאר א רפואה, ווערט געבעטן זיך אנצורופן...א יישר כח למפרע...!

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר