צייט פאר א קאונטער-רעוואלוציע אין סאטמאר!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 357
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 994 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1180 מאל

צייט פאר א קאונטער-רעוואלוציע אין סאטמאר!

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

אין ליכט פון די שרעקליכע פירצה פון אינשי דלא מעלי וואס האבן זיך צוזאמגענומען צו מאכן אן אזוי גערופענע "רעוואלוציע אין סאטמאר", נעמען זיך צוזאם אידן יראים דבר ה', אשר לא כרעו לבעל, צו אויסשרייען א קול מחאה!

מי לה' אלי!


מיר וועל זיך נישט צוזאם שטעלן צו מאכן א פאלשע אחדות פון התחברת לרשעים! מיר וועלן וויטער גיין בדרך המסורה לנו מדור דור!

אידן פון אלע שיכטן און קרייזן נעמען זיך צוזאם צו שטיין פעלזן פעסט קעגן די אלע אידן פון אלע שיכטן און קרייזן וואס האבן זיך צוזאמגעשטעלט מיט א בונד קעגן באשעפער!

נישט קיין חילוק פון וואו איר קומט קענט איר זיך צושטעלן צו די מערכה קעגן די וואס האבן זיך מתחבר געווען צו כל מיני "אידן". אידן וואס רופן אפן אויס זייער ווילן צו אפשוואכן די כח פון אדמורי"ם, רבנים, מוסדות הק'. און אלע הייליגע מערכות געפירט משנים קדמונית. אידן וואס רעדן על ה' ועל משיחותיו.


סידור קידושין איז א וויכטיגע יסוד ביי כלל ישראל!
קדושת בית החיים איז אייביג געווען פארהייליגט ביי אונז!
מען דארף זיין אויסגעקאכט אין עניני ירושה צו וויסן ווער עס איז די "עכטע יורש"!
מען דארף וויסן ביז וואו גלילות גייט!

והעיקר! נישט רעספעקטירן קיין רשעים, און קריטיקירן יעדע פירצה!

ווען משיח וועט קומען, וועט ער ווייזן מיט די מיטעלסטע פינגער...
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר