די היסטאריע פון ג' אייר

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 543
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1978 מאל

די היסטאריע פון ג' אייר

שליחה דורך תוהו ובוהו »

שטייענדיג אינעם הייליגן יום טוב פון ג' אייר איז ווערד צו געבן א טיפערן בליק אריין אינעם היסטאריע פונעם יום טוב.

אונז אלע ווייסן אז די טאג איז גאר א הייליגן טאג, און כאטש ס'איז נישט אסור בעשיית מלאכה (חוץ במקום שנהגו, וכמבואר ב'קיצור אוצר הלכות') דאך איז דא א 'חיוב סעודה' און עקסטער א 'חיוב שמחה' און ''אין שמחה אלא בבשר ויין''. אונזער מנהג איז צו מאכן צוויי סעודות איינס גלייך נאכן דאווענען און די צווייטע פארנאכטס, כאטש נאר איינס איז מדינא, און ווי אויך ווייסן מיר אז אין די טאג איז מותר צו הערן מוזיק און צו חתונה מאכן כאטש ס'איז בימי הספירה.

מיר ווייסן אלע אז די יו''ט איז נתקן געווארן דורך די גדולים פון אמצע תקופות האחרונים אין די תקופה צווישן די צווייטע און דריטע וועלטס קריג (1945-2045) ווען יהדות אמעריקא האט שטארק געבליעט, אין וואס ווערט באטראכט דורך היסטאריקער ווי דער תור הזהב פון יהדות אמעריקא.

צוויי טעמים געפינען מיר פאר דעם יום טוב, איינס: אז אין די טאג איז נסתלק געווארן האחרון האלוקי רבי ישעיהו בן רבי משה (1852-1925), צוויי: אז אין די טאג זענען תלמידי רבי עקיבא נישט געשטארבן.

דאך, פאר די ברייטערע פון אונז איז כדאי צו וויסן אויך וואס די היסטאריקער זאגן אויף דעם יום טוב, זיי טענה'ן אז די יום טוב איז קיינמאל נישט נתקן געווארן! און האט ניטאמאל קיין מקורות אין די אנגעבליכע תקופה!

זיי ברענגן פארשידענע ראיות לדבריהם, אנגעהויבן אז ס'ווערט בכלל נישט דערמאנט אין די שטערקסטע ספרי המנהגים פון יענער תקופה! אנגעהויבן אינעם בארימטן ''זמירות דברי יואל'' ווי דער יו''ט ווערט בכלל נישט דערמאנט און לויט ווי זיי טענה'ן טוהט דאס מעגליך אנדייטן אז דער דברי יואל האט ניטאמאל געגעסן קיין סעודה אין דעם טאג.., ווי אויך ברענגן זיי אז אין פילע ספרים פון יענע תקופה א שטייגער ווי אין 'טאלנע כתבים', 'מעשה איש', 'נטעי גבריאל' ועוד טרעפט מען נישט קיין זכר דערצו..

היסטאריקער זענען משער אז די יו"ט האט זיך אנגעהויבן אזוי שפעט ווי אנהייב 2000 יארן! און האט זיך גאר אנגעהויבן דורכ'ן המון עם! איין אנגענומענע טעאריע לויטעט אז די טאג איז ארגינעל געווען ווי א טאג וואס מ'פייערט הצלחה אין ביזנעס און מ'טוהט זיך אויף וויפיהל עסן מ'קען צושטעלן. לויט אנדערע חוקרים, איז דער ציל געווען צו מאכן א יום טוב ווי א אפענטפער צום קנאי'שן אבל-טאג "ה' אייר" וואס געפאלט צוויי טאג דערויף. כאטש די טעאריע איז נישט אנגענומען ביי רוב חוקרים.

און לויט זיי זענען די אלע טעמי היו"ט שפעטער צוגעקומען צו פארהייליגן דעם טאג למפרע.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר