דורכברוך: די ערשטע אדמו"ר ערשיינט אויף יוטוב

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2361
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5981 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5609 מאל

דורכברוך: די ערשטע אדמו"ר ערשיינט אויף יוטוב

שליחה דורך קהל'ס נער »

א דורכברוך אין די היימישע קאמיוניטי ווען הרב יעקב יוסף מושקוביץ אדמו"ר מבאראוו ערשיינט אויף יוטוב אויף די לעטס טאלק תכלית שאו מיט אהרן ב.
בקרוב וועלן מיר האפנטליך זעהן נאך אדמו"רים רעדן צי די חסידים דורך די אינטערנעט, ווי למשל לייו סטרימען א טיש אויף טוויטש, אדער פארקויפן מערטש ווי למשל א "בעלזא וועט זיין א ווינקל פאר תורה און יראת שמים" טישירט אדער א "אוי ווי גיט און וואויל וועט זיין בביאת הגואל" קעפ, צי גאר א "גור'ע טרערן טאמבלער" , אדער "באבאב'ער חן" סטיקערס.
עווענטשעלי וועלן די רעבעצינס פון די אדמו"רים ערשיינען אויף "only fan's" צי לערנען דיני צניעות פאר די בית יעקב אלו הנשים.
פארשטייט זיך אז יעדע חסידות וועט האבן א פעיסבוק בלאט, און צען וועט באקימען א הנחה ביי די עדווערטייזערס דורכן ניצען די url פון די באשטימטע קהלה ווי למשל stamps.com/pupa.
פארשטייט זיך אז ווען ס'וועט אויספעלען אן אסיפה דחופה וועט מען מאכן א לייוו אויף אינסטעגרעם.
און די רבי'ס גייען פאוסטן אויף סטאטוס בילדער פון וואס די רעבעצין האט עים אנגעגרייט פאר נאכטמאל.
פארשטייט זיך ר' שאול וועט גאנץ שנעל ווערן גע'בענד פון יוטוב, מיטן אויסרייד אז ער פארשפרייט וויילענס, וועט ער עפענען א ראמבל אקקאונט.
ר' מענדעלע וועט זיין שטארק אקטיוו אויף טיק טאק, ער וועט פאוסטן א דענס צי זיין שוואנצאנות ניגון.
@רביה"ק השלישי האט שוין א געמיינדע אויף רעדיט.
ס'וועט נישט אויספעלן זיך צי טענה'ן וויפיל חסידים יעדע רבי האט, מען וועט פשוט קיקען וויפיל פאלאווערס ער האט אויף יעדע פלאטפארמע, (חוץ אויב די פלאטפארמעס וועלן אויך אנהייבן צי שרייבן חלק מהקהל).
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר