אריבער 20 אידן האבן פארלוירן זייערע קעפ, (רח"ל)

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19573
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

אריבער 20 אידן האבן פארלוירן זייערע קעפ, (רח"ל)

שליחה דורך berlbalaguleh »

בלעטערנדיג אין די ערב סוכות אויסגאבע פון דער בלאט האב איך באגעגנט אן עד (5 פעידזשעס) פון דזשי ענד דזשי. וואו זיי אדווערטייזן אלערליי בעקיטשעס. זיידענע, ריפסענע און טיש בעקישעס. נאר די אלע (מענעקינס) זענען אן קעפ. בלויז דער גוף (הקדוש והטהור).

אמאל, אין די אלטע גוטע צייטן ווען דזשי & דזשי פלעגט לאזן לויפן אן עד, האבן זיי געוויזן מאדעללן פון חסיד'ישע יונגעלייט און בחורים. מיט דעם גאנצן חסיד'ישן קלאפערגעצייג. אנגעהויבן (אין די בראשית יארן) מיט שיינע, צוזאמגענימענע, געקרייזלטע פיאות. אפילו יואלי פיאות. שפעטער, ווען ס'איז געווארן אין סטייל זענען זייערע מאדעללן ארויסגעקומען מיט צולאטשעטע פיאות. אויך די העמעדער זענען געווען חסיד'ישע. רעכטס אויף לינקס געקנעפלט.

ווי ס'זעהט אויס האבן עטליכע (העיליגע) אידן וועלכע ווילן העלפן דעם באשעפער, כביכול, פיהרן די וועלט געקרומט מיט די נאז. כאילו ס'וואלט (ח"ו רחמנא ליצלן, הס מלהזכיר) געווען צורות נשים. נו, דזשי & דזשי זוכט דאך צו טון ביזנעס. און נישט (ח"ו) מ'זאלל זיי באיקאטירן. אדער ארגאניזירן מחאות אקעגן זיי. האבן זיי געברענגט די רפואה פאר די מכה. און זיי האבן שנעלל אראפגענימען די קעפ פון אלע זייערע מאדעללן...!

א פרייליכן יו"ט...!

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר