דריידל, דריידל, דריידל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 544
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 715 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2000 מאל

דריידל, דריידל, דריידל

שליחה דורך תוהו ובוהו »

יעדער ווייסט אז איינער פון די צענטראלע מנהגים פון חנוכה איז דאס שפילן מיט א 'דריידל'; אידן וואס שטייען ווייט פון קאסינאס און אפילו פון פשוט'ע קארד געימס, וועלן אין חנוכה זיך אראפזעצן מיט א הייליגער מינע אויפ'ן געזיכט - לכתחילה, מיט'ן הוט און רעקל - און שפילן די הייליגע שפיל פון 'דריידל'. מ'שלעפט ארויס אפאר קוואדערס פון איינעם פון די לעדלעך, איינגעוויקלט אין אזא פאפירענער האלטער. ארגינעל איז עס אוועקגעלייגט געווארן צו קענען בעיטן טשענדזש צוויי דיימס אין בעסמעדרעש, אבער יעצט, אין חנוכה, ווערט דאס טראנסעפערירט ממצוה למצוה - צום הייליגן מנהג פון 'דריידל'.

אונז ווייסן אבער אז מנהג איז די אותיות גהנם, און אז ס'נישטא נאך א זאך וואס צעמישט דעם שטן אזוי שטארק, ווי ווען אידן טוען מנהגי קודש; מיט מצוות און מעשים טובים קען ער זיך ווי-נישט-ווי אן עצה געבן, אבער א מנהג שטאפט אים צו דאס מויל. ער ווערט צעמישט ביז גאר, און גייט גאר ארום צורעדן צו מצוות... אקיצור, מנהגים איז פון די גרעסטע נכסים וואס מיר פארמאגן.

וויבאלד ס'איז אזוי שעדליך פאר ער-וואס-זיין-נאמען-זאל-נישט-ארויסגעזאגט-ווערן, לייגט ער זיך אן מיט אלע כוחות און תחבולות נישט צו צולאזן די פאבריצירונג פון נייע מנהגים. דעריבער, אזויווי משיח בן דוד און נאך, דארף מען אריינקומען פון אן אונטערטירל כדי דער שטן זאל נישט כאפן וואס דא האט פאסירט; מ'דארף צומאל דווקא דורך עבירות וכדומה טרעפן א וועג אריין אינעם אידישן מנהגים בוך (אוי, איז דאס א דיקן בוך, כ'מיין דאס איז דער אמת'ער מכוון אין "עם הספר"), כדי די כוחות הטומאה זאלן דאס נישט צעשטערן.

און 'דריידל' איז נישט געווען אנדערש. דאס 'דריידל' איז דורך שבעה מדורי גיהנם ביז ס'איז געווארן א הייליגער אידישער מנהג.

אנגעהויבן האט זיך עס אין אלט-רוים וואו דער דריידל איז אויסגעטראפן געווארן; אין ארכילאגישע גראבונגען אין איטאליע, האט מען געטראפן אור-אלטע דריידלעך פון יענער תקופה. פון דארט איז דאס דריידל דורך אסאך גלגולים און פלאגענישן; דורך דער רומישער אימפעריע האט עס געמאכט זיין וועג קיין מערב אייראפע צו די בריטישע אינזלען וואו דאס דריידל איז געווארן א פאפולערע געמבלינג שפיל, און די גוים פלעגן דערמיט שפילן אין דער פרייער צייט.

פון דארט איז עס אריבער קיין דייטשלאנד וואו ס'איז אויך געווארן פאפולער, און פון דארט האט זיך עס אינעם זעכצנטן יאר-הונדערט אריינגעגליטשט - אונטער'ן נאז פונעם שטן - אין דער אידישער געמיינדע. אין אנהייב פלעגן די אידן שפילן דערמיט סתם אין א שוואכער מינוט, אבער מיט די יארן, וויבאלד אין חנוכה - וואס איז אפטמאל אין דער זעלבער צייט פון די קריסטליכע חגאות - האט מען געהאט מער פרייע צייט, זענען אידישע קינדער געזיצן און פארברענגט מיט געמבלערייען מיט אונזער באקאנטן דריידל ביז טיף אין דער נאכט אריין. דורכדעם האט זיך שפעטער אויך אנטוויקלט דער מנהג פון 'חנוכה געלט', וואס האט געדינט צו געבן אפאר גרייצער פאר די קינדער צו האבן מיט וואס צו שפילן אין די געמבלען שפילן.

אפילו דער הייליגער אויפשריפט אויפ'ן דריידל: נ, ג, ה, ש - וואס ווי מיר אלע ווייסן, ליגן גרויסע סודות דערין. אנגעהויבן מיט'ן פשוט'ן פשט פון נס גדול היה שם, אריבער צו די פילע טיפע רמזים פונעם בני יששכר און ר' נחמן, ווי אויך נאך אסאך סודות וואס לבא לפומא לא גליא - האט געדארפט דורכגיין פארשידענע באהעלטענישן און מאסקעס ביז ס'האט געקענט ארויסקומען פונעם קלאזעט אלס אידישע רמזים.

ארגינעל פלעגט דערויף זיין לאטיינישע אויפשריפטן - ווי עס פאסט פאר א רומיש אויפגעטראפענער שפיל - וואס האבן רעפרעזענטירט די כללים פון דער שפיל. שפעטער אין ענגלאנד זענען זיי פארטוישט געווארן צו די ענגלישע בוכשטאבן N, T, H, P. ווען N שטייט פאר Nothing, און T שטייט פאר Take all, און H פאר Half, און P פאר Put in. ווען ס'איז אנגעקומען צו די דייטשער אידן, האבן זיי דאס איינגעטוישט אין די באקאנטע אידישע בוכשטאבן פון נ, ג, ה און ש - ניטאמאל וויסנדיג וואספארא סודות ליגן דערין, און אז זיי האבן יעצט געברענגט א יסודתו-בהררי-קודש'דיגן מנהג אל המנוחה ואל הנחלה.

ערשט איבער צוויי הונדערט יאר שפעטער, נאך וואס די שפיל איז שוין געווען גוט באפעסטיגט אלס א 'חנוכה שפיל', האבן אנגעהויבן ארויסקומען די רמזים וואס ליגן אין איר; ס'איז אריבער נאך א צוויי הונדערט יאר, און די צייט איז שוין רייף געווען ס'זאל נתגלה ווערן דער גרעסטער סוד פון אלע, נעמליך, אז דאס איז גאר די שפיל מיט וואט אידישע קינדער האבן אויסגעשפילט די יוונים ביי די טרויעריג בארימטע יווני'שע גזירות.

אבער דאן איז שוין געווען צו שפעט; דער מנהג איז שוין געווען שטערקער פון אייזן, און דער שטן האט זיך מער נישט געקענט קעגנשטעלן. אזוי זענען מיר געבליבן מיט'ן מנהג, און דער שטן מיט דער צונג אינדרויסן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום תוהו ובוהו, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר