ער רייבט זיינע אויגן און נאך קאמישע ארטיקלען

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1447 מאל

ער רייבט זיינע אויגן און נאך קאמישע ארטיקלען

שליחה דורך דיכטער »

ער רייבט זיינע אויגן נאך האלב פארשלאפן. ער קוקט זיך אום און כאפט נאך נישט אויף וועלכע פלאץ ער געפונט זיך.
ער געבט זיך א זעץ אויף, אויפן בעט, אינסטינקטיוו און פאלט גראד דערנאך, מאכטלאז, צוריק אויף זיין ווייכע קישן וועלכע נעמט איהם אויף מיט אפענע ארעמעס. זיין קאפ הייבט צוביסליך אן צו פראצעסירן וואס דא גייט פאר, און וואו ער געפונט זיך. שטייטעליך שווימען ארויף די נעכטיגע איבערלעבענישן וואס ער האט בייגעוואוינט בעפאר ער האט גענומען די מוט זיך צו לייגן אין בעט שלאפן.
ער נעמט צוזאם זיינע כוחות אינאיינעם מיט זיינע געדאנקען און בייגט זיך אראפ צו די נעגל וואסער שיסל וועלכע געפונט זיך צופוסענס פון זיין בעט, גענוי דארט וואו ער האט איר נעכטן ביינאכט געלייגט.
ער וואשט נעגל וואסער, איין גוס און נאך א גוס, ווען זיינע געדאנקען שפאצירן צוביסליך ארויס פון זיין שלאף און נעמען איבער זיין פא'חלומ'טע מוח.
וואס גייט ווייטער פאסירן? וואס געשעהט ווייטער? זיין קאפ ווירבעלט מיט קשיות, שאלות און אומקלאהרקייטן ווי קיינמאל בעפאר. דארף איך היינט אריין גיין צו דער ארבעט? גיי איך פשוט דארפן זוצן אין שוהל היינט דער גאנצע טאג? מיינע קינדער זאל איך נעמען צו חדר אדער נישט...
מיט יעדער טריט וואס ער שטעלט אויף די ווייכע קארפעט קומען איהם ארויף אויפן געדאנק נאך און נאך קשיות וועלכע לאזן איהם נישט קיין מנוחה. זענען די געשעפטן אפען? קען מען קויפן פראדוקטן? וואס טו איך טאמער זענען אלע צוגעשפארט? אוי! עס אירבלט און ווירבלט אין זיין קאפ אן אויפהער.
ער געבט זיך א לאז אראפ אויף א בענקל וועלכע האט מיט מזל זיך פונקט געפונען אונטער איהם און לייגט ארויף זיינע האנט-פלאכן אויף זיין געזוכט. עס וועט זיין גוט, עס וועט זיכער זיין גוט. אבער וואס וועט דא זיין? וועל איך מיך ווירקליך מוזן געזעגענען פון דעם הויז? פון מיין ליבע שטוב? וועל איך האבן רעכט מיט צונעמען וואס איך פארמאג? אוי באשעפער, העלף! וואס טו איך דא?
מיט אמאל שפרייט זיך אויס א קליין-געמאכטע שמייכעלע אויף זיין פא'דאגה'טע געזוכט, שוין טויזענטע יאהרן וואס אידן ווארטן אויף דעם טאג! שוין טויזענטע יאהרן וואס מיר בעטן, וואונטשן, האפן און לעכעצן בייציוואוינען די מאמענטן. וואס איז מיט דיר? פארשטייסט דו דען נישט אין וועלכע פרייד דו דארפסט זיין פארוויקלט?
דער געדאנק האט נישט לאנג אנגעהאלטן, קוים עטליכע קורצע סעקונדן. די שווערע דאגות און אנגסט האבן זיך שנעל באהערשט איבער די לאגישע פרייד אין וועלכע ער האט פרובירט זיך צו לייגן.
וואס איז שוין געשען? וואס האט נעכטן אזוי אויסטערליש פאסירט אז עס צעטרייסלט זיין גאנצע וועזן? אז עס שאקלט אויף זיין גאנצע זעלבסט-זיכערקייט?
נעכטן, הארט פאר נאכט, איז משיח געקומען...

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר