אויסדריקן פון ר' שלמה קארלבאך

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

אויסדריקן פון ר' שלמה קארלבאך

שליחה דורך שעפטאל »

כ'ווייס נישט וויפיל די היינטיגע דור איז אינטרעסירט אין קאלבאך ניגונים
ער האט עפעס א געפערליכע וועג פון רעדן דמיונית'דיג, ממש ווי טריפ

כ'וועל ברענגען אפאר וואס כ'דענק אויפן רגע, אויב ס'בליצט אייך אריין אין קאפ עפעס א לשון - ביטע שיער עס מיט
[כ'זאל עס שרייבן אין אידיש, אדער אין ענגליש כלשונו?]
---

די הייליגע מעסטער [צדיק] קוקט אויף איהם מיט זיינע אויגן פארמאכט...

זי [יוסל'ס מאמע] האט עם פארציילט אלעס וואס זי האט געוויסט און אלעס וואס זי האט נישט געוויסט...

יא (ק)נאו, יעדע אמת'ע מעשה ענדיגט זיך נישט. ווען אונז דערציילען א מעשה פאר אונזערע בעיאָטעפיל קינדערלעך שלאפן זיי איין פאר די ענדע. ווייל ס'ענדיגט זיך נישט...

אמאל ווען מ'ווארט אויף עפעס אזוי לאנג אז ווען ס'קומט שוין אהן - לויפט מען אוועק. ווען משיח גייט פיינעלי קומען - גיימער אנטלויפן. אמאל אונזער קינד וויינט, ווען מ'קומט שוין צו פיהל מיט ליבשאפט - אנטלויפט ער - ווייל ער ווארט אויף משיח...

צוויי בעיאטיפעל מיידעלעך האבן מיך זייער שטארק וויי געטוהן, איינע האט מיך איבערגעבעהטן. כ'בין זי מוחל. אבער זי ווערט נישט מיין גירל פרענד. די צווייטע האט פשוט געוויינט, זי פיהלט אזוי שטארק מיין צער אז זי קען נישט איבערבעטן. זי איז מיין גירל פרענד. יוה"כ ווען מ'בעהט מחילה איז זייער שיין אבער נישט פאר משיח. משיח קומט דוקא אויף תשעה באב ווען אונז זאגן: רבוש"ע ווי האָרט יאָ סאו מאטש ווי קענט איווען עסק פאָרגיב'נעס...
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

נאכן דערציילן ווי דער גוי'שע וועיטער האט געגעבן פאר די נייע קאָפּל געלט פאר זייער האני'מאָן הייבט ער אהן צו וויסעלען מיט די מויל זיין שטייטע תנועה אויף די ווערטער אליהו הנביא אליהו התשבי..

[ווען מענטשען האבן גערעדט בשעת זיינע רעדן] ס'דא מענטשען וואס זענען אזוי אליין, אז אפי' אין א געפאקטע צימער מיינען זיי אז נאר זיי זענען דארט. א מענטש פיהלט אמאל ווי יעדער טרעט אויף עם - ס'איז ווייל ער שפרייט זיך אויס אין די גאנצע צימער, מ'האט נישט ווי אנדערש צו טרעטן...

[א שבת אין פיסעצנע] זאלסט וויסן: ביז די טאג וואס משיח וועט קומען וועט נישט זיין אזא שבת אויף די וועלט

[די בונקור איז געוועהן געפאקט (לכאו' א מנין מצמצום) יעדער איז געוועהן צובראכן. האָ בּעליוו'ס אין גאד.] די הייליגער רבי [פיעצעסנע] האט אריינגעקומען און געזאגט (מיטען יו"ט'דיגען נוסח) ב-ר-כ-ו את השם המבורך. אונז האבן אלע אריין אין א נייע וועלט, א גן עדן, העכער פון אלע צרות. מ'האט געטאנצען הקפות א גאנצע נאכט

[די הייליגע זיסע רבי (מעסטער אוו דע מעסטער'ס, האולי אוו דע האולי'עסט, סוויט'עס אוו דע סוויט, דיעפּ'עסט אוו דע דיעפּ) האט געמיינט אז איך שלאף, ער האט ארויפגעלייגט זיין קאיט אויף מיך און זיך אונטערגעמורמלט: שלאף גוט מיין קינד] די קאיט האלט מיך נאך ווארעם ביזן היינטיגען טאג
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

שעפטאל האט געשריבן:
אמאל ווען מ'ווארט אויף עפעס אזוי לאנג אז ווען ס'קומט שוין אהן - לויפט מען אוועק. ווען משיח גייט פיינעלי קומען - גיימער אנטלויפן.
דאס איז גראדע אמת. טראכט אריין ווי אזוי גייט קומען איין מענטש וואס איעדער... סאטמר בעלז ליובאוויטש מחריבי קרתא... אלע וועלין האלטען מיט איהם?

אויב נאר אנטלויפען פון איהם וואלט גוט געוועהן .
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
שרייבען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2022 9:05 pm
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך שרייבען »

שעפטאל האט געשריבן:כ'ווייס נישט וויפיהל די היינטיגע דור איז אינטרעסירט אין קאלבאך נגונים
ער האט עפעס א געפערליכע וועג פון רעדן דמיונית'דיג, ממש ווי טריפ..
ווי קען מען טרעפן א ליקוט פין אלע זיינע זאכן, ער האט א דירעקט ליין צי מיין הארץ
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

נעכטען נאכט האב איך געוועהן ביי די האולי וואל [כותל] כ'האב באמערט די גרויסע שטיינער זענען נישט געמאכט פון שטיין, זיי זענען טרערן פון די 6 מיליאן קדושים...

ר' נחום טשערנאבלער [נאכן מקבץ זיין געלט 2 וואכן פאר א חתן כלה יתומים און קיינער האט עם נישט געגעבן] איז געוועהן זייער אויפגערעגט אויף די אייבישטער. אבער אין הארץ האט ער אויך געוועהן זייער צובראכן. צובראכן אויף וואס ס'האט געשעהן. און צובראכן אז ער איז אויפגערעגט...
פארשפארט