קענט איר מיר אפשר זאגן פארוואס?

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1449 מאל

קענט איר מיר אפשר זאגן פארוואס?

שליחה דורך דיכטער »

אן אשכול געווידמעט פאר: דער-וואס-מיינט-אז-איך-מיין-איהם-איהם-מיין-איך-טאקע'דיגע פסקים וועלכע פאנגען זיך אן מיטן טענה "פארוואס"

איך הייב אן מיט די פאלגענדע, וכל המרבה להוסיף הרי זה בכי יותן.

פארוואס:
דארפט איר זיך אוועקזעצן אינעם האלב ליידיגן בית מדרש פונקט אויף מיין באנק און נאך דערצו הארט נעבן מיר, דאס וואלט איך נאך אראפגעשלינגען ווען נישט דער פאקט אז איר האט געפילט פאר וויכטיג זיך אנידער צו זעצן, אויסשפרייטענדיג אייער טלית אויפן באנק כנשר יעיר קנו און דאן לאנג נאכדעם וואס איך זיץ מיך באקוועם אויף מיין בארעכטיגטן פלאץ, באשליסט איר אז איר מוזט אויפשטיין און ערשט דעמאלט איינזען אז די ציציות דיינע, זענען פארהאנקערט אין מיין זיץ, און איבער אלעס שטערט מיר אז דו קענסט ניטאמאל רעדן ווי א מענטש, דו דארפסט מיך קוועטשן און ציפן און איך כאפ אפילו נישט וואס איז, ביז דו הייבסט אן גיין ווי ווייט דו קענסט, אויסציענדיג די דריי ציצית'ן וואס זענען פארכאפט אונטער מיין זיץ און דאן באמערק איך אין וועלכע קלעם דו געפינסט זיך און יעצט ערווארטסטו מיט א רואיגקייט איך זאל מיך א הייב געבן. שוין, איך הער וואס דו ווילסט, איך הייב מיך אונטער א טפח'ל און זעץ זיך צוריק פארזינקען אינעם גליון אבער דו שטייסט נאך ווייטער דארט, נאך נישט גענוג געווען? איך דארף מיך הייבן מלא קומתי, פטור צו ווערן פון דעם אנשיקעניש?....

פארוואס:
דארפט איר פארדרייען דעם שמועס אינעם געשמאקן קרעמל אויף עפעס וואס איר ווייסט יא וועגן איר צו רעדן? אז איר ווילט ארויסווייזן אייערע ברייטע קענטעניס אין איין געוויסע פעלד, דאן זייט מוחל און ווארט צו מיט געדולד ביז ווען דיין מזל וועט שפילן און דער קרעמל וועט זיך פאראינטערעסירן אין אט דעם געביט, איר דארפט נישט דערוועגן פארדרייען יעדער שמועס אדער קיפקע און פארקירעווען יעדער גערעדעכטס צו דיין פעלד פון עקספערטיז. אז איר האט נישט צו פיל וואס צוצולייגן איבערן טעמע וועלכע ווערט יעצט אדרעסירט, דאן האלט אייך שטיל. אנדערע האבן אויך וואס צו זאגן, איר מוזט נישט אייביג זיין אינעם צענטער פונעם קרייז...

פארוואס:
דארפט איר שטיין און שמועסן מיטן חבר אייערע, פונקט ביים שמאלן אריינגאנג צו דער צימער און אזוי פארשווערן פאר אלע אריינקומענדע וועלכע מוזן צוערשט גלעטן דיין רוקן צו קענען עררייכן איינטריט? צו דען האט איר נישט געפונען קיין שום אנדערע פאסיגע פלאץ אינעם באשעפער'ס גרויסע וועלטל זיך צו שטעלן שמועסן מיט איינעם? איך פארשטיי, כ'על דיך דאס מאל מלמד זכות זיין, אז קען גאר זיין, דו האסט זיך אין דעם חבר אנגעטראפן אזוי אומגעראכטן און דו ביסט נישט זיכער ווי ווייט ער איז אינטערעסירט אין דער שמועס און דיין חבר פון זיין זייט, אדער ווארט ער טאקע אויס באפרייט צו ווערן, אדער קען גאר זיין אז ער וויל פונקט אזוי אויך שמועסן מיט דיך. דעריבער בעט איך אייך פאר דעם קומענדיגן מאל, מאכטס אפ צווישן זיך, צו מען זאל דעם צוזאמטרעף באקרוינען אלס אפיציעל און עס אריבערפירן במקום שאין דורכים שם בני אדם, אדער זאל מען זיך באגענוגן מיט א פלינקע ווינק מיטן אויג און פאכע מיטן האנט-פלאך...

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר