ק"ש נעכטן 3:00 פארטאג'ס. וואט דע ה?!ל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 843
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7237 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2368 מאל

ק"ש נעכטן 3:00 פארטאג'ס. וואט דע ה?!ל

שליחה דורך שעפטאל »

געווהן לאנגווייליג, נישט געקענט שלאפן, גיימער ארויף אויף ק"ש אפשר איז נאך איינער אויף. כ'גלייב נישט מיינע אויגן, עולם הפוך ראיתי. טויזענטער תגובות זענען געשריבן דורך מנהל. העי כ'האב נעכטען געזעהן אנדערע ניק נעמען ביי דעי תגובות. איינער האט געהעק'ט דעם שטיבל? אפשר גאר א גליטש, ס'באהאלט נישט ווער ס'שרייבט עכט די תגובות.

ביי די אנדערע ניק'ס, ביי יעדע ניק שטייט אויכעט זיין פעסווארד אין אימעל אדרעס. העי כ'קען אפאר ניק'ס דא, יוש פלוני דאס ביסטו? כ'האב נישט געוויסט אז דו שרייבסט אויך אויף ק"ש, דו מאכסט זיך אזוי תמימות'דיג און פארפרומט ווען דו רעדסט אויף קול מבשר.

נישט נאר דאס, אסאך ניק'ס האבן זיך פשוט געסוואַפּט, געטוישט מיט א צווייטען.

@מי אני שרייבט געפיהל'ישע פראזן, ער ברענגט אמונה מקורות פון די שרעקעדיגע בורמודא טרייענגל. @פראפעסער שפירא ניצט הויעכע פראפעסארישע וויסענשאפט וואס נאר די קלוגע אירע אויף ק"ש (ואני בתוכם..) פארשטייען די לשונות.

@רביה"ק שרייבט נישט קיין כפירה אפי' ברמז, ער האט פשוט אינטרעסאנטע פשטים אויף גמרות, און מאכט שטודיעס איבער ישועות פון טראגן א שפיצל. בשעת @שמן למאור פארפעהלט נישט קיין טשאנס אריינצורייבן זיינע גראבע כפירה לדאבונינו ולשמחתינו. עהה, נישט שמן, ס'געוועהן די @ליטוואק פון בודאפעסט.

@שערי יושר שטעכט און בייסט מיט אזא מין גאוה אז די עולם ציטערט אפי' צוריק צו ענטפערען. בשעת @יואב שרייבט אזוי גוט הארציג אויף יעדע פיינע אשכול. פלוני איז פיינע נייעס. אלמוני איז א אור. וכדו'.

@לייביששרייבער איז א אלטגעזעסענער תושב וואס רופט זיך אהן זאכליך אין יעדע אשכול. בשעת @וואלווי דער נייער גאסט וואס קען קוים צו זיך קומען פון די אפענקייט דא, האלט אונז אונטער מיט די געשמאקע סאטמערע קעמפ זכרונות.

@גאלדמאן לויפט ארום מיט א בעג אנגעפיהלט מיט לייק'ס און געבט א לייק פאר יעדע יונגל וואס האט נישט געכאפט א לייק-פעקל ביים באווארפען. בשעת ר' בערל בעל עגלה מיט זיין 18 טויזנט תגובות געבט נישט קיין 30 לייק'ס, ווייל ס'קאסט עם 10 דולר א לייק.

@תרמב רעגט זיך אויף די חברה וואס שרייבן מער אויף אייוועלט נאר וועגן אפאר לייקס, שמן למאור שטימט הייליג מיט און בעהט זיך בלייבט'ס דא

די מנהל איז הייליג צעלאזט, ער שרייבט פרעכע ביליגע ווערטער, זיין חתימה איז גאר ווי @יואב'ס סטעי די פ טאין'ד. ער לייגטע עס קונצלעך אריין אין זיינע גראמן און ווערטליך וואס מ'קען עס נאר באקומען אין אישי, ווייל @טאמבל סאס נעמט שריט.

איין מינוט. וואס איז דאס. מנהלים אשכול???????????? ס'מיז דאך זיין לפני ולפנים. מאחורי דאחורי הביצים.
מ'רעד דארט זייער קלאר, וועלכע אדשענדעס צו שטיפן, און וואס אוועק צו מאכן.
אלערט אשכול. גאנצע פראפייל'ס פון ניקים, כולל תגובות וואס רייסן אראפ הנהלת השטיבל. אשכול מנהלים פאליטיק. כ'געדענק אזא תגובה, [לשון איז נאר בערך]: היות מנהל פלוני האט זיך אפגעזאגט, און איך בין אלעמאל געוועהן מחולק אויף אהים מיט דעי 3 זאכן וויל איך ענקער וואיט'ס אויף דעם. 1. איך האלט. צולאזן אומאיידעלע שפראך ביי גרויסע ניקים מאכט א קנאה אויך צו רעדן אזוי, כ'טענה שוין לאנג. אומאיידעלע שפראך טרייבט אוועק אסאך פאטענציאלע גוטע שרייבער'ס פון ק"ש. מ'דארף שטיין גאר שטארק דערויף. ע"כ. [שאר הירקות שכחתי]

@שמעקעדיג איז פארנימען אויב מ'דארף בכלל האבן א חתן רבי.

שעפטאל מעקט קיינמאל נישט אויס און קוים וואס ער רעדאגירט, ער איז דאך שטארק און פעסט מיט זיך, קאמפס גרייט. בשעת @.. איז דער אומבאהאלפענער שעמעדיגער פחדן. וואס בעהט זיך פאר לייק'ס.

די איבריגע זאל מען זעהן אויף @שמן למאור'ס מפתח אישים און פשוט טוישען די נעמען.

אפפסס... מ'קען ליינען יעדעם'ס אישי קעסטל. בזיונות עד לב השמים!!! כ'גיי נישט מסביר זיין ווייל גרויסע שטיינער גייען פליען אין מיין ריכטונג, קוק אדורך דיין אישי און זעה אליין פארוואס. 2 פעיסער וואס דו ביסט.

מ'דארף אויפוועקן דעם מנהל יעצט נאך פאר ס'נעמט זיך טאגן. כ'דריק שנעל אויף דעם סגול קנעפל מיטן ! אבער מיין קאמפיאטער נעמט זיך מאכן אזעלכע קולות אי אי אי אי אי. די סקרין בליטשקעט מיט דעם מאדנעם אויפשריפט: AM 7:30.
הקיצור. דעם אשכול איז געווידמעט פאר חלומות אהן פתרונות
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר