ווען דו ווערסט א שריפטשטעלער

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 845
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7248 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2374 מאל

ווען דו ווערסט א שריפטשטעלער

שליחה דורך שעפטאל »

ס'אלעמאל גוט צו זיין גרייט על כל צרה שלא תבא. א לעבעדיגע-שטייטע ניגון פאר לכה דודי. א תורה'לע אויפן פרשה מיט א ווערטל. שמא איקלע עמוד לידן.

[ביי אונז אדמורי"ם. דארף מען אסאך צוגעגרייטע זאכן. זאצן פאר דעם בחור וואס האלט שוין אין די יאהרן: אה, בן שמונה עשרה לחופה. פארן חתן: אה, חתן דינן. און אפי' הספדים פאר די בני הקהילה. מ'גרייט עס צו פאר יעדער וואס דערגרייכט דעם בן שבעים להענט פאָכענען.
אין די ארכיוון האבען מיר אפי' א פאלדער וואס הייסט: על הצדיקים. געוויסע פון זיי זענען אזוי רירענד אז אונז האפען מ'גייט אונז מכבד זיין עס צו זאגן בפני המת ממש. אונז קענען קוים ווארטן...]



זעהנדיג דעם שריפשטעלער טיטל אשכול. האט אריינגעקריעפט א דאגה'לע, וואס טוה איך ווען כ'זעה די @מנהל שרייבט מזל טוב שעפטאל.
געוויסע שרייבן פלעין שהחיינו. שכח. וואוו. געוויסע איגנארירען עס מיט א בלעכענעם פנים. ווי כ'האב ניטאמאל באמערקט. אבער @חדשים האט דאך פון דעם אליין געמאכט אזא הערליכע דשאב פון א תגובה.

ס'איז גראדע צו גוט. ער האט זיך שוין זיכער געגרייט אויף דעם א לאנגע צייט. אפשר נאך פון די ערשטע טאג זיינע אויף ק"ש. פונקט ווי די פרעזידענט דארף זיין ערשטע טאג אויספלאנירן זיין לוויה. [ס'איז א קאמפלמענט. נישט א פליק חלילה].
---


סאו פאר אלע חשובע ליכטיג בלויע ניקים דא. [שריפטשטעלער רעכטן איז פונקט פארקערט פון מאחורי הפרגוד. דער קען מעקן און דער מעג שרייבן. שטייצעך. געוויסע זאכן קענען זיך טוישן זיך מיט די צייט איינמאל מ'איז שוין א שריפטשטעלער. מ'מעג שוין שרייבן א שיטה אהן הסבר. מ'דארף מער נישט די לייק'ס. וכו'. פונקט ווי די אלטע זיידע וואס מעג שוין גרעבצען הויעך, און זאגן א שבע ברכות דרשה וואס שטומט נישט. נעה. דאס איז שוין סתם קנאה.] גרייט'ס צו א הערליכע ענוה'דיגן תגובה פאר דעם גרויסן טאג. ווי אויך א אינטרעסאנטע אנקעטע.

ס'נישט אזוי שווער צו ווערן א שריפשטעלער. לויט ווי אני הקטן לערען עס אפ זענען די סגולות בערך אזוי.
1. צערייס זיך נישט מיט קיינעם דא אויף ק"ש.
2. ליין אסאך אלטע אשכולות, צו עררייכן דעם טעם זקנים.
3. לייק מיט א עין טובה
4. על שלשה דברים שטעלער עומד. על שרייבן. שרייבן. און שרייבן.

ודא עקא. געוויסע ניקים שפירן זיך עפעס פארטריקנט, פארהאקט. זיי ברענגן [לינק'ס און בילדער] אבער זיי שרייבן נישט. ווי זאגט די משנה. יבש המעיין ונקצץ האילן – מביא ואינו קורא.
אבער טייערע חברים. נישט ווייל מ'האט סחורה שרייבט מען. נאר ווייל מ'שרייבט - קומט ארויף סחורה. בבחינת משביעו מרעיבו. ונעשה כמעיין המתגבר.
---


זיצט די רבי איבער געבויגן איבער דעם דרעפט שריפשטעלער תגובה, ווי מוהרא"ש איז געזעסען איבער זיין הייליגע צוואה.
מ'וואלט געקענט צעשניידן די ערענסקייט מיט א מעסער. אבער ס'איז געוועהן א שוואכע מעסער.

ובזה החלי:
מיט א ציטער. אבער די הארץ ב"ה האט נישט פארפעהלט דעם קלאפ. די סקריך וואס האט געזאלט אדורך לויפן אלע ביינער. האט נישט געקענט אזוי שנעל לויפן. קוים וואס ער סקריכט אזוי שטייטלעך. ווען כ'האב באמערקט דעי בלויע ווארט אונטער מיין ניק: שריפטשטעלער.

רבותי. ס'נישט מיך. ס'איז דעם הייליגען טאטען און הייליגע זיידע'ס. בזכותם נעשיתי כותב מעומד. [דעס איז די טייטש פון שריפטשטעלער?]
יהא רעוא קדמך, מ'זאל נישט פארשעמען דעם כבוד בית אבא. מתי יגיעו - אונזערע תגובות זאלן כאטש אנרירען די הענדסאם שריפטשטעלער. ס'זאל זיין מיט. חן. נישט קארני. שיין. נישט האור.. ריין. נישט פאר..
---


כא כא כא שעפטאל ביסט אינגאנצען משוגע? דו מיינסט דו גייסט נאך אמאל זיין א שריפשטעלער? פריי דיך אז מ'האט דיך קיינמאל נישט אויסגעשפארט. די עולם קען גערן באשטיין זאלסט זיך אפפיצן פון ווי די ביסט אריינגעוואקסן. שרייבסט דאך נישט קיין איין גראדע ווארט.

אזוי? דאן וואס טוהט מען מיט דעם תגובה?
פארשטאפען אין בויך ווי פּאַרע בעינים. ראַרא בגרוניים [יא. כ'האב א דאבּעל טשין]. ווי הייסע וואַרע בבני מעים. חאַרא ומי רגלים. ?

מאכט מען א באזינדערע אשכול. יעדער וואס האלט אז ער וועט קיינמאל קיין שריפטשטעלער נישט ווערן - קען דא באקומען זיין מאַק-שריפט'שטעלעריי. זיין 15 סעקונדעס אוו פעים. [ווי אויך די שריפטשטעלער וואס ווילען א סעקענד טשענס פאָר דע פורסט אומפרעשען]

מ'גייט מסיים זיין מיט א דורך'דרינגענדיגע שאלה נוקבת נקיבין בנוקבא: וואס וואלסטו געשריבן ווען דו ווערסט א שריפשטעלער?!

1. סתם א ריזיגע שכח מנהל.

2. זיך הויעך גערעגט אז ס'האט גענומען אזוי לאנג עס צו באקומען.

3. מודיע געוועהן דעם ציבור: איך האב עס קיינמאל נישט געבעהטן.

4. חוזק געמאכט פון די כבוד. ווי די זיידע וואס וויל נישט הערען קיין שבחים ביים מצוה טאנץ [אבער רעגט זיך אז מ'רעדט אזוי ווייניג פון עם].

5. אדער גאר עפעס יאָניק וחכים?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר