זאצן וועלכע האבן אייך צעשטורעמעט פאר געלעכטער

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4200
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3584 מאל

זאצן וועלכע האבן אייך צעשטורעמעט פאר געלעכטער

שליחה דורך טאמבל סאס »

אמאל באגעגן איך מיר, מיט א קורצן זאץ וואס ממש צעפלאצט מיר פאר געלעכטער, עס קומט עפעס אזוי אומגעראכטן, און איך שיס פאר קייקלעריי, טראכט איך אז אין אזא פאל איז נישט גענוג די לייק, און אפילו לאמיר זאגן די געלעכטער האט נישט געדויערט מער ווי א וויילע דאך איז א שאד נישט מיטצוטיילן דערמיט די אנדערע חברי הקרעטשמע, און אינאיינוועגס שענקן די קרעדיט פארן שרייבער. באמת וועלן רוב מאל אזעלכע זאצן מאכן לאכן נאר אויב מען האט געלייענעט די פריערדיגע הודעות, פונדעסטוועגן כאטש פאר די וואס האבן עס געזען שוין, וועט עס האפענטליך געפעלן צו זען אז נאך אירע האבן ביי דעם פסיקתא אויסגעפלאצט.

ובזה החלי:

עמיצער האט געזאגט אז דער שטערן/שפאקטיוו איז א פאר קינדער, און ס'פאסט נישט פאר טאטעס מיט פאטעיטע בערד זיך צו קימערן דערמיט, האבן דערויף אלע פארפירט, וואס הייסט דאס?? דאן וועלכע אויסגאבע איז יא פאר די אזוי גערופענע-טאטעס מיט פאטעיטע בערד? און פלוצלונג רופט זיך עמיצער אן:
דער בלאט איז פאר פאטעטאס מיט טאטע בערד.
קרעדיט - עסן עסט זיך.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.

דער אשכול פארמאגט 267 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר