אויסשליסליך צו קאווע שטיבל - דער היסטארישער "W" סאמאטאכע!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1671
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6282 מאל

אויסשליסליך צו קאווע שטיבל - דער היסטארישער "W" סאמאטאכע!

שליחה דורך יואב »

אנגעהויבן האט זיך עס זייער ארגינעל. די באקוועמע אונגארישע אידן האבן פשוט מחמת זייער אקצענט געצויגן צו פראנאנסירן דעם פארהאסטן W מיט א V.
כ'מיין זיי וואלטן זיך גאנץ גוט געקענט פארטיידיגן און א דיבאטע איבער דעם, אנווייזענדיג אויף די נידריגע ערלים וועלעכע אימעגרירן פון אזיע צו מזרח אייראפע, און זייער אקצענט איז אזש ארגער ווי די אזוי גערופענע ענגליש טיטשערס ביים היימישן ציבור.

צווייטענס, א האליקאסט איבערלעבער האט מען זיך געפרייד אז ער רעדט. זאל ער זאגן 'העוועס' סטריט מיט א פאריסענעם שטאלץ. גיי נאר קיין העוועס און קאך גוסטאש עסן, טרעף דיר מיט די נעיניס און שטראל פאר פרייד אז איר קענט פלוידערן אין אונגאריש ביתר עז.

מיט די יארן איז דאס טראנספארמירט געווארן אלס א חומרא, א לפנים משורת הדין אקט, א קדושה'דיגן איניצאטיוו, א הידור, אא"וו.
מ'שטיינס געזאגט, אז ס'קאסט מילא נישט קיין געלט, קען מען דאך זאגן א V אין ערזאץ. "דער גוי פארשטייט פונקטליך וואס איך מיין", האט אן אנטשלאסענעם אנהענגער פון דעם איינפאל זיך געוויצעלט פארענט פון א גרופע מסופק'דיגע אינגעלייט.

שפעטער איז דאס שוין אדאפטירט געווארן אלס אפיציעלע הארטנאקיגן אידילאגיע, און זיך באנוצן מיטן "W" לעטער האט אנגעהויבן קלינגען מאדערן.

יארן זענען זיך פארלאפן, און יעדער לפי ערכו האט זיך יא צו נישט באנוצט מיט דעם דאבעליו, אבער אן קיין פאדערונגען אדער פארלאנג פונעם טיפישן המון. אזוי ווי ס'גוי'שט זיך אזוי אידיש'ט זיך, און פארטיג. גיי שלאג זיך מיט א וועלט, ס'איז א שאד די צייט.

למעשה זעהנדיג דעם חורבן וואס דער מתיוונישער פעך W האט אנגעזייעט, ובפרט אין אזא אינטערנעט עפאכע, וואו מיט איין קנעפל קען מען אויסשטעלן לאנגע שורות דאבעליו'ס, און סקונדעווייז קען דאס געזעהן ווערן אויף א גלאבאלן פארנעם לכל מאן דבעי, האט א פארבאט אויף דעם W הנודע לשימצא ערהאלטן ברייטע שטיצע, און גענאסן פון ווארימע הילף צווישן די מאסן.

א פירענדע פיגור אונערהאלב דעם חרם קאמפיין איז געגאנגען אזוי ווייט ווי ערקלערן אז ס'ענדערש מ'זאל זאגן דעם "מ" ווארט, (מש*גע) ווי איידער זאגן דעם טרייפענעם דאבעליו. אן אויבער חכם האט אנגעפרעגט דערנאך צו ס'טאקע ממש אזוי, און ער האט זיך פשוט ארויסגעדרייט פון ענטפערן.

א צווייטער מער אן אגרעסיווער, איז געגאנגן א דעמאניסטראטישן טריט ווייטער, און בפומבי מתיר געוועזן איינצוקויפן ביי "וואל-מארט", אבי מ'זאל זאגן וואל-מארט מיט א V.
איבריג צו זאגן אז א שטורעם איז אנטשטאנען איבער אזא אומדערהערטן פסק, אזש ער איז געצווינגנערהייט ארויסגעקומען בריש גלי, זאגענדיג אז מ'האט פשוט און פראסט ארויסגענומען זיינע ווערטער פון קאנטעקסט. ער האט דאן קלארגעשטעלט אז דאס וואס ער האט מתיר געוועזן גיין קיין וואל מארט, האט ער זיך בלויז באצויגן איבער "צוריקטראגן" די עלעקטאראנישע כלים וואס מ'האנדלט זיך איין פאר סעזאנאלע צוועקן, און ווי פארשטענדליך דינען נישט די אידישע הייזער אלס וואל-מארט'ס סטאריטש, האט ער שטייף געדינערט. וואל-מארט זאל מוחל זיין און צוריק נעמען דעם הייצער נאך ווינטער, און דעם עירקאנדישן נאך זומער. מ'דארף נישט יעדעס יאר באזונדער זיך אמפערן מיט די נארישע נאש פארשטאפטע קלאץ קעפ פון וואל-מארט, וועלעכע אנדערש ווי אפילו א כיתה ב' אינגל פארשטייען זיי נישט אז אן עירקאנדישן נוצט מען בלויז זומער, און מיר דארפן נישט דערלייגן אין די ווינטער חדשים דערפון, בלויז פארן חטא פון ארויסנעמען דעם מאשין איבערן זומער. סארא חוצפה.

דער אנטי ''W'' קאמפיין האט געשלאגן פאזעטיווע און עפעקטירבארע ווארצלן איבער חרידישע צענטערן ארום דער גארער וועלט, און זאגאר אריינגעדרינגען אינעם ווייטן מזרח, וואו רוסישע דיפלאמאטן האבן דא געזעהן א געוואלדיגן געלעגנהייט זייערע בירגער זאלן קענען געניסן פון אזא שטרענגן W פארבאט, בבחינת מלאכתם נעשה על ידי אחרים. פילע מזרח אייראפעישע פילאנטראפן האבן פארשפראכן פינאנציעלע הילף, און דער קאמפיין האט זיך ארויסגעלאזט אין א צולאזטען קדאטשקעדיגן שוואנג. חתימות איבער אזא פלאן האבן זיך געוואלגערט ווי די טויטע בהמות נאך מכת דבר, און סימפאטיע פון אלע שיכטן און קרייזן, האט זיך געגאסן דאבעלט ווי די ווילד הפקירות'דיגע ספאנדזשאס וועלעכע טוהט פארפלייצטן די עקסטרעם שמאלע מאה שערים געסלעך, וואו אפילו בלעם'ס אייזל וואלט זיך נישט געוואגט צו פירן בלעם דארטן, אפגערעדט וויפיל קלעפ ער וואלט אריינגעהויבן דערפאר.

עטליכע געניטע היימישע ביזנעסלייט - "אידישע קעפ'' שטייצעך, האבן שוין געזעהן א אוצר פון גאלד . קונקורענטן צו ערצייגן סאפיסטאקירטע "W" פילטערס זענען אריין אין פול געירס, אזש איין טויגליכע אינגערמאן האט פארשאפט העידליינס ביים פארשפרעכן נישט נאר צו בלאקירן דעם טריפה'נעם 'W' בבחינת סור מרע, נאר זאגאר דאס באלד פארוואנדלען און א "V" בבחינת עשה טוב.

עטליכע מהרסים אשר קרך'ניקס אויף די יעניגע בלאגס, די איפכא מסתברא ניקעס האבן געפריווט ווי אלץ דאס קאלט צו מאכן, אבער דער גייסט פון רעוועלוציע האט מען געקענט טאפן אין די לופטן, און ס'האט שוין מער ווייניגער אויסגעקוקט צו זיין א רויט געפארבטן ריאליטעט, געזיגלט מיט הייסע בלאטע געמישט מיט ליים.

פראקטישע אובער חכמים האבן מחליט געוועזן צו באהאלטן זאפאסן מיט דאבעליו'ס, וועלענדיג איבערקלוגן דעם דראענדע W פארניכטונג,
אבער דאס האט זיך ארוסגעשטעלט צו זיין אזוי עפעקטירבאר ווי די איינגעמאכטס וואס די מצרים האבן ג'סטאריטשט איבערצוקלוגען דעם הונגער.

אבער דא האט דער וואלקאנישער סאמאטוכע ספאנטאן אויפגעריסן מיט אזא מאסיווען קראפט, אזש איבערלעבער פון די היראשימא אטאם באמבעדירונג גיבן איבער אז די דעמאלטסדיגע אויפרייס איז געוועזן ווי א קליין צאנקערדיגע שוועבעלע אנטקעגן אזא קראפטיגן שטורעמישע סאמאטוכע.

וואסו ????????????? האבן זיך די שוויציגע טעלעפאנען אומגעראכטן ארויסגעגליטשט פון אונטער די שיצבארע טורבאנס, און די צונאמישע מקווה כוואליעס האבן איינגענומען א זעלטענעם שטילקייט...

הערט און שטוינט!

אן אלטער 102 יעריגן היסטאריקער וועלעכע האלט זיך אויף צווישן די גרעניצן פון מאנגויליא און קאזאקסטאן, און גיבט אן צו זיין דער לעצט פארבליבענעם איד דארטן, האט אין א געהיימע אינטערוויו פאר א פראמינענטע היימישע אויסגאבע אנדעקט ווי פאלגענד: נאכדעם וואס די נאציס ימח שמם האבן ערצייגט די סאפיסטאקירטן V-1 מיסילס, האט יאאכים וואן ריבענטראפ ימח שמו וזכרו ביי א געהיימער דינער בכבודו ובעצמו אים אנטפלעקט, אז כדי צו ערזעצן דעם פארשאלטענעם דאבעליו ,פלאנירן זיי די מעכטיגע V-2 באליסטישע ראקעטן, וואס וועט ווי ארויסשניידן מיטן ווארצל דעם דאבעליו. און דאן ציניש צוגעגעבן מיט זיין וויסטע אנטיסעמיטישן גרויליגע האס, "דער דאבעליו וועט זיך אייניגן מיט די יודן אין אוישוויץ''.

א באלדיגע היסטארישע אפרוף אויף דעם דאבעליו פארבאט האט געשיקט טרייסלדיגע סיגנאלן איבער די אלוועלטליכע מידיא נעצן, און נמנו וגמרו אז ווער ס'וויל פראקטעצירן דעם דאבעליו מעג ווייטער לכתחילה האלטן דעם דאבעליו אלס איינע פון די 21 פאר'יתום'טע לעטערס אין ענגליש, והמחמיר תבוא עליו ברכה.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט