וויפיל נעגלעך אויפן דאך - דער אויבן אן סינדראם

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1671
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6282 מאל

וויפיל נעגלעך אויפן דאך - דער אויבן אן סינדראם

שליחה דורך יואב »

(- מאנטאג פארטאגס. צוליב שמעקעדיג'ס הערה, וועלעכע איך האלט ער איז גערעכט, ווי אויך עטליכע פריוואטע הערות איבער דעם, שנייד איך ארויס דעם שטיקל ווי איך באשרייב די מיידל-).

ס'איז געבליבן מ'מאכט דעם וואכט נאכט היינט. דער שניידער האט נארוואס פארלאזט דעם הויז, און הגם דאס פיצל איז נאך עטוואס געהל, וועט דער בונד העכסט ווארשיינדליך פארקומען אי"ה מארגן.

שלייכט מען אריין אזאנע שמאלע בענק אינעם דיינינג רום, פרעגט מיר נישט ווי מ'דינגט אזאנע אומהומאנטערישע בענק. אז כ'וועל ענק זאגן דאס האט מען ארויסגעשווערצט פון גואנטאנאמא בעי אינמיטן דעם אומסוקסעספול פארשפארונג, בין איך ווייט נישט מגזם. אבער, אז אידן זאלן פרעסן אביסל פאטעטא טשיפס דערויף, צוזאמען מיט א זאפטיגן לשון הרע איז דאס פונקט גוט.

דער מער פונקטליכער זיידע איז שוין דא, און זיצט שוין נערוועזערהייט אויפן אויבן אן מיטן שטריימל אויפן קאפ. ער האט זיך שוין געוואשן, און נאעוועט. ער כאפט א מעסער, און זעגט בארבאריש אויף דעם גיגאנטישן חלה, אזש ברעקלעך שפריצן אין אלע ריכטונגען ווי אויף ארים צו מאכן א שטאט. ער זיצט דארטן לאנגוווייליג און קלאפט בלית ברירה מיט א גאפל אויף די ברעקלעך כמנהג אויבן אן אידן, און ברימט אזא כעין בבאו מאדום ניגון פון די נאז לעכער. ער ווערט כסדר איבערגעריסן פון מאסן לחיים ווינטשערייען, און אזוי שטופט דער זיידע אדורך ביז דער צווייטע זיידע קומט אן.

דער טיפישן המון קומט און גייט, דער שיין אויסגעשניצטן קענטעלאופ די געשיקטע שוועגערין האט אהערגעשטעלט, שטייט אומבארירט אין צענטער פונעם טיש, אריינגעשטאכן דערין א שטאלצן טאטפיק וועלעכע קוקט אויס ווי א פריוויזאוערישן מצבה.
טענדזשערין שאלאכטס וואלגערט זיך אבער לרחצה צווישן די נאסליכע פאפקארן וועלעכע שווימען ארום אין סעלצער, געמישט מיט ביר.

דער בעל שמחה שטעלט פאר אן אפציע פון 3 סארט ביר, און דער עולם פריווט צו ווייזן מבינות. כל שרץ למיניהו לאזט פאלן זיין אפשאצונג אויף די ביר פירמעס, און מאכט פארשטייט זיך אוועק יענעמס געשמאק. וואס פארשטייט דען יענער צו ביר.

דא אין דארטן, פראבירן פרויען זיך אריינצוגנבנען אינעם הויז ביים אומאפציעלן שעשנו כרצונו ווינקל, אונטערן שאטן פון גאז באלאנען. קולות טוהט דארטן יאמערן מיט מזל טוב'ס אין אלע פארמאטן, אזש פאר פרעמדע קען זיך דאכטן דאס איז די קולות פונעם גהנם וואס מ'האט אנדעקט אין רוסלאנד. (ווער געדענקט נאך).

די שוואגערס וועלעכע זייערס א נאכט איז רעזעווירט ביים שמחה, ווערן נישט פארשוינט פון דעם כוואליע לחיים ווינטשעריי, און דארפן ווי ראבאטן צוריק רייכן די האנט פאר די וואנזינגע לייט וועלעכע זענען יעצט אויף א ווינטשעריי יאגד. דאס הייסט אפגעזעהן צו ער שמועסט, איז אויפן טעלעפאון, טעקסט, עסט, שטייט ער יעצט אויס צו פאלן א קרבן צו די יעניגע נערווען טאנצענדע ווינטשערס וועלעכע גלייכן האנט פלייש, און מאכן זיכער נישט אויסצולאזן איינער וואס ס'איז דא א חשש ער האט עפעס א שייכות מיטן בעל שמחה.

און אז יענער מאכט א שמחה מיינט נאך נישט דער משפחה דארף הונגערן. דא זעהט זיך א יונגערמאן איז בורר שאקאלאד מן המבחר, וירא כי אין איש, און שמייסט דאס במחתרת אריין אין א טעללער. און דאנען שטייט א מיטל יעריגער געלאסן, און וויקלט קרעמיש קעיק ווי אן אתרוג אינעם נעפקין אריין.

דא קומט דער פעניאק זיידע צו גיין מיט פיאות וועלעכע זאגן עדות איבער א טבילה ער האט נארוואס געכאפט, אויפן קאפ ליגט נאך דעם ברייטן הוט, און דער שטריימל ליגט אינעם באקסל ער האלט אין האנט. די זארגעדיגע עולם באפאלט אים מיט מזל טוב'ס געמישט מיט, אה, כ'האב מיר שוין געזארגט וואו איר זענט. כ'האב געפרעגט שלמה'ן וואו איר זענט, ער האט געזאגט איר דארפט דא צו זיין, אבער....
דער זיידע שטייט גענצליך אויף דעפענסיווע און פריווט מסביר צו זיין. כ'האב געדארפט צוגיין צו א צווייטע שמחה, כ'בין געזיצן אין טראפיק, בלא בלא בלא.

דער ערשטער זיידע, דער ווועטראן הומאריסט וויצעלט זיך אביסל אויפן אנדערנס חשבון, און הייבט באלד אן דעם שמועס פונקטליך אין וועלעכע בית מדרש דער עלטער זיידע, דער שוחט פון סערעט וואלאווע פלעגט דאווענען.
דער אנדערע זיידע איז בכלל נישט פרעמד אינעם שמועס, און אזוי ציהט זיך דער שמועס צו אין כעלעמווארדיין האט מען יא געמאכט דעם ברית אין אזא צייט, צו נישט.
דער אנדערער ווארפט זיך מיט בקיאות, און ווייסט צו פארציילן אז הגם מ'פלעגט נישט, איז אבער דער זיידע געוועזן א יאנעווער תלמיד, מילא פלעגט ער יא, אבער פארן שקיעה ממש. און אזוי ציהט זיך דער שיחתן של צדיקים ביז שפעט אינעם נאכט אריין.

דער זייגער נויגט שוין צו חצות, און אט שפאצירט ערעב משה יאנקל אריין מיט זיכערע טריט, היבש פארהונגערט.

בעל שמחה: אה, ברוך הבא ערעב משה יאנקל, זעצט אייך אויבן אן!
ערעב משה יאנקל: נאה, ס'גוט, כ'וועל זיצן דא.
זיידע: ס'פאסט נישט ערעב משה יאנקל, זעצט אייך אויבן אן.

אנטשולדיגט פארן איבערהאקן דעם שמועס, אבער לאמיר אייך קודם געבן א קורצן ביאגראפיע אויף דעם ערעב משה יאנקל.
ר' משה יאנקל איז א איד א בנש"קל, אזאנס וואס יעדעס מאל ער מאכט חתונה, שפאצירן ארויף עטליכע פרישע נעמען פון רביים פון וועמען ער ציהט א חוט המשולש אויף די זוילן פונעם חתונה בריוול.
ארבייטן ארבייט ער נישט, פשוט ווייל ער האט א דין ווי די לווים אין מצרים, אבער דאס מיינט נאך נישט ער איז א מר בר רב אשי.
מ'שטיינס געזאגט, נישט יעדער איז מסוגל צו לערנען.
נו, טא וואס טוהט ער יא ?
צופרי פאפט (נעה, א גוי פאפט. א יוד "שלאפט") ער אריבער דעם בני מלאכים זאנע, און צום גוף נקי רעאגירט ער ווי א בריסקער, און זיצט צוגעשמידט צום פארברענטן זיץ און הערט האטליינס, כל זמן דאס גלעזל וואסער גיסט זיך נישט אויס.

שחרית פארלאזט ער זיך אויפן ב"ח וואס האלט מ'קען דאווענען ביז מנחה גדולה, אזוי אז ביז דאן קען ער פירן וכוחים מיט די יעניגע אשר כרעו לבעל.

ער טראכט אלץ פון שרייבן בריוון צו די רעדאקציע אפטיילונגען פון היימישע אויסגאבן, למעשה קומט ער פשוט נישט אן. און דאס איז צוליב דעם ווייל ער האלט אינמיטן ארויסגעבן א ספר. נישט אזוי ווייט אייגענע חידושים, נאר א "ליקוט". גאט פארלאזט אבער נישט די הייפעלע אידן מאמינים בתורתו, און מלאכתו נעשה על ידי אחרים. ב'ה אנדערע אידן נעמען די מיה אריינצושיקן די וויכטיגע בריוון.

שידוכים האט ער קעגן אלע ערווארטונגען געטאהן גאר שיינע, הגם דאס האט געמיינט לאזן זיינע קינדער זיך עלטערן ווי די קעיק ביי תיקון, אזש שימל מיטן כרתי קאליר איז געוואקסן אויף זייערע קעפ ווי גראז אויף קברים. נאך אלעם האט ער געטראפן א מיידל פארן זוהן פון א גאר שיינע משפחה, און דאס איז דאך דער עיקר. דער טאטע א בן אחר בן פון עיפושדיינער רבי, און פארמאגט אפילו אליינס א בית מדרש. איי, דאס מיידל איז אטראקטיוו ווי א רעגענדיג נאכט, און שטרעבט פאר א לערנינג באו. מאכט זיכער זיך צו פארמיאוס'ן אין זיינע אויגן, און לאזט די ציינער געהל ווערן ווי דער חאניאק פארן עס פסח'דיג מאכן. א פיר שטאקיגן קלאץ, און פארמאגט שכל אזוי גרויס ווי א דיים. אבער ווי צום וויפלסטן מאל זאל איך איבער זאגן, אז דאס איז אלעס הוילע חיצונית'דיגע שטותים, און דער קינד זאל אפרישיעטן דעם שטימפיגן חוט השלשול וואס אפילו דער שמיר קען נישט צושניידן. בכלל, ווייסט ער דען וואס ער וויל ?

אלענפאלס, צוריק צום וואכט נאכט.
ר' משה יאנקל גיט א בליק אויפן אויבן אן, און עס ווערט אים שווארץ. דער טיש שטייט דארטן נאקעט, אונטערן שאטן פון חלב טראפנדע ליכט. איין פאר'יתום'טן שטיקל זיגזאג געשניטענעם ראבער, וועלעכע קוקט אויס ווי געפילטע פיש, דערויף א פארעלטערטן מייערן וועלעכע האט שוין איבערגעלעבט דעם הילצערנעם בדיקת חמץ לעפעל א געשאצטע צוויי מאל.
צו די זיידעס האט ער קנאפ נערווען, מ'שטיינס געזאגט אז ס'איז דא אכילה וועט ער איבערלאזן די געשמאקע שמועסעריין אויף שפעטער, נאך אלעם דער נאכט איז לאנג. אנדערש ווי חתונות, וועלן שוין נישט צופיל מענטשן קומען דא היינט נאכט, טא פארוואס זיך פייניגען. מילא באשליסט ער, יעצט וועט ער נישט זיין א נעתר לבקשתינו'ניק (ווי געווענדליך) נאר זיין ענווה ראטע וועט עטווואס שטייגן.

ערעב משה יאנקל: ס'גוט, ס'פעלט נישט אויס דעם אויבן אן. כ'על טועם זיין, אנווינטשן, און גיין אויפטוהן פאר אידישקייט. מארגן איז דאך אויך א טאג.
זיידע הומאריסטיש: ר' משה יאנקל, אז איר ווילט נישט קען איך אייך נישט צווינגן, אבער ווי איר וועט זיך נאר זעצן וועט דארטן זיין דעם אויבן אן! היהיהיהיהיהיהיהי.
ערעב משה יאנקל: סארא חילוק, אויבן אן, אונטן אן, ס'אלעס די זעלבע נארישקייטן. א שטיקל גמרא דאס איז וואס מאכט אויס.
בעל שמחה: מיט וואס קען איך אייך מכבד זיין ?
ערעב משה יאנקל: ס'גוט, כ'וועל שוין א ברכה מאכן, ס'ברוך השם דא א פילן טיש.

ר' משה יאנקל שארט זיך צו צום דזשעלי רינג זייט טיש, ווי א העפטיגע שמועס איבער ציונות איז אין שוואנג. ר' משה יאנקל נייגט מיטן האנט ווי מ'זאגט, סארא שטותים די חברה רעדן. וואס ווייסן די טראצאקס איבער ציונות. גיי לערן דעם גוי ברטנורא.
ר' משה יאנקל ציפט אראפ פונעם טאץ א שטיקל מזונות, און שאקעלט דאס אפ כדרך רביים, ווי כאילו דאס איז מרור נארוואס גע'טובל'ט אין חרוסת.
ער ווארפט דאס אריין אין מויל, מיטן הילף פון א שליקעץ ברוינפן וועלעכע רעגנט אריין בתוך פיו ווי דיזעל אין א טראק.

לחיים, לחיים! די וויפעלטן קינד איז דאס? אלעס יונגלעך? ווען איז דער ברית ? וואו מאכסטו דאס? ווער איז דער מוהל? ווער איז סנדק ? וואו דער סעודה? דער זיידע איז אויך דא? אה! זעהר חשוב.
לחיים, לחיים!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יואב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט