חדר וועלט

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

חדר וועלט

שליחה דורך כוכב »

חחחח אוי זאגט ער גוט, משוגע מטארע צו ווערן נאדיר א גרינע געלע רויטע. יוווווווש איז דעיס פאני, פשיהאאא. טענקס חיכי פליקי, שוין לאאאאאנג נישט געווען אזא גוטס, אוטש מיין בויך טוט מיר וויי פון לאכן.

דוד המלך זאגט אין תהלים כבוד ה' יאספך נעים חוקיך לא פללתי. כהאב געקלערט א טייטש, סגייט ארויף אויף די היינטיגע משכילים וואס זענען ניטש באמת קיין חכמים נאר אמאל קען מען מיינען אז זיי מיינען אז ממיינט אז זיי זענען משכילים, און דאס איז זייער שעדליך ווייל אזא איינעם איז א חכם להרע און דער קאצקער האט שוין געזאגט נישטא אזא חכמה ווי טפשות און דאס האט דוד המלך מרמז געווען ברוח קדשו, דא האט איר א לינק פאר א פידיעף כל הזכויות שמורות.

אזא ביטערע יאר, נאך איינער איז געשטארבן, שרעקליך, אזא טראגעדיע כבין דעפרעסט ווי איז נתנה תוקף מיט זיין חיזוק אשכול. כהאלט שוין נישט אויס די צרות, סעק וועלט, אוי זי איז געווען דריי און ניינציג, נו איז וואס הערשט יעצט דארף מען וויינען און קלאגן, החי יתן אל לבו, דער רבי האט דאך געזאגט אז יעדער ווערט אמאל אלט, סעקבתא דמשיחא, ווער קען דע ניגון מהערט שוין זיינע טריט.

די אקיו מאדעל צייגט סגייט זיין פלאריס אין11211 אבער סצו שווער צו געבן א גאנצע שאצונג אבער לויט מיין פארקעסט קען מען זען א קאדינג און איך בין עקיורעט מער ווי אנדערע ווייל כהאב שוין געקלערט צו גיין ווייל מזאגט נישט שכויעח און באקום צופיל אישית אבער מגייט מאכן א סיסטעם אז מגייט מער געבן ביט קוינס ווייל כזאג די וועט ער אויך גוגל און פעילד מאסיע גנבען פון מיר ואין רוח חכמים נוחה.

איך האלט אז די מנהלים זענען צדיקים, ער שמט זיך נישט צו רעדן קעגן א רב און מפארשפארט אים נישט מ'דארף אים חוסם זיין העי איך גיי נישט אויף וואס איז נייעס ביי מיר איז שוין געווען סוף זמן ק''ש באלד אנהויב, אונז וועלן מיר זיך האלטן נישט נתפעל ווערן ווייל די מהרם שיק האט זיך אויך נישט דערשראקן פון משכילים, און זיי וועלן נאך איין טאג וויינען ווייל יץזייערע אייניקלעך וועלן זיך שמדן אזוי איז געווען אינדערהיים מגעט א פינגער דארף מען א האנט און שאני מינןת דמשכי האב איך געטראכט א משל סאיז אזוי ווי א שטריק ווען די היי לאו פארט ארויף און סווערט צאמגעצויגן אזוי מינות טשאקט א מענטש און ווער סזאגט מאי אהני לי רבנן איז אן כוויל נישט ארויסזאגן מיטן מויל.

א חוצפה פון נאפקאר דינער געווען רויטע טישטעכער אויף א מוצאי שבת, די כף החיים שרייבט אז סדארף זיין פונקט ווי שבת מיין אפיניען אז סושי איז ובחוקתיכם לא תתלכו פראוו מי איים ראנג, מקען זיך טענהן א גאנצע נאכט אויב א בלויע קאפל איז מאדערן אבער איך סטיק צו מיין פריער דיגע מיינונג מיין באבע פלעגט אלס זאגן אינדערהיים האט מען אפילו נישט געטראכט צו ווערן אזוי ווייל מ'האט געוויסט אז ניין.

האלט איינער ווי מיר אז א מענטש וועט ענדערש ניצן זיין פינקי צו פיצן די נאז, סדא א סטאדי דערויף אבער קעניינע הארע זייט די מאמביי מעשה קוק איך מער נישט יו טוב נישט אז פאר דעם יא. בה זייט כהאב געקויפט די פינף אנס קאפס טרינקען מיינע קינדער אויס די גאנצע מילך, איך בענק מיך נאך די גראז שניידער נויז פון די קאנטרי, האט איינער באמערקט אז די מיטערס אין סיגעיט נעמען נישט קיין קוואדערס, יויש איז דעיס נאסטלגי צו הערן די למד קאטשקעס און ווי ר לייבל שרייט תרשיש תרשיש טיקעט צו תרשיש.

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר