ווער/ווען/וואו האט געזאגט/געשריבן...?

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3786
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8115 מאל

ווער/ווען/וואו האט געזאגט/געשריבן...?

שליחה דורך ונבנתה העיר »

דער גאנצער עולם איז מכובד זיך משתתף צו זיין מיט שאלות און תירוצים - מן הסתם וועט מען פראבירן עס צו האלטן אינטערעסאנט, צו אין תוכן אדער אינעם צירוף פונעם זאגער מיט'ן זאג.

אזוי ווי מיר לעבן דאך אינעם א.ג. 'לעיקוואד-עפאכע', ווען מיט איין קוועטש אויפן קנעפל קען אלעס וויסן ר"ל, בין איך מציע אז [בעיקר] די ענגלישע פתגמים זאל מען שרייבן אין אידיש, אזוי אז עס זאל זיין מגלג"לין זכות ע"י זכאי.

-------------

1. עס שטייט אין פסוק 'שתו בשמים פיהם, ולשונם תיהלך בארץ', קען מען טייטשן אז דאס איז מרמז אז רעדן אויף אויף ערליכע אידן (לשונם תיהלך בארץ) ברענגט חלילה צו אז דערנאך זאל מען רעדן אויפן בורא כל עולמים (שתו בשמים פיהם).

2. ... אז א רעגירונג פון דעם פאלק, דורך דעם פאלק, פאר דעם פאלק, זאל נישט פארגיין פון די וועלט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 367 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר