איך ווייל עפענען אקאווע שטיבל מאווי קלאב, א אשכול געווידעמט פאר תוכנדיגע מאוויס, וואס דער עולם זאל וואטשן צוזאמען אין די זעלבע צייט אפשניט (למשל א מאווי א וואך) און נאכדעם זאל דער עולם האבן די אויסוואל פון דן זיין אין די תוכן פון די מאוויס. איך בין אינספירירט געווארן פון די שטיסל טעלעוויזיע סעריעס אשכול, עס האט געהאט אן אנדערע טעם צו וואטשן שטיסל מיט חברים אחים לדעה.
I find here very interesting information on all kind of topics, such as technology, music, news , Politig, , I feel that I can gain very much and add much as well. I like to participate an add my tips
I really enjoy reading uncensored out of the box articles, I'm fed-up with our society these forums are so enjoyable and give so mush life here in kava shtible there is so much talent it is a great way to enjoy some spare time and share opinions
פיר וויל פארברענגען און די שטיבל הערן און פארשטיין די פארשידענע מיינונגען און געדאנקען פון אַלע ערליי סארט מענטשן ווי אויך ארויסברענגן די אייגענע רעפלעקטיאָנס פון זיין הארץ
יליד סאטמאר, ירשולים דוומסב"ג, איך לייען שוין דא גענןג לאנג, איך האב לצטענס באשלאסן אז איך וויל צומאל אטייל נעמען אינעם דיסקאשען, דא דרייען זיך אסאך מענטשן אין מיין מצב וואס איך בין יעצט.
כלל חסידי. מבקר פה כבר כמה שנים. להיות ערליכע יוד ולהתנהג בישרות ולזכור תמיד מה שאמר הקב"ה עבדי הם ולא עבדים לעבדים וכן הפסוק אל תבטחו בנדיבים בבן אדם שאין לו תשועה.
מיין ניק צייגט שוין אן דעס אז איך בין א ישיבה בחור ממילא איז פארשטענדלעך אז מיט מיין אומלעגאלע עקסעס וועל איך נישט קיין סך קענען שרייבן אבער וויפיל איך וועל יא קענען וועט עס האפנטלעך זיין א נייע פלעווער צום קאווע האבנדיג דעם איגענטליכע טינעטש געדאנקען־גאנג אבער דאנט ווארי איך בין נישט ממש א נייער דא איך נאש שוין פון די טאלאנטפולע שרייבער א שיינע שטיק צייט אין איך האב געהאט צו סך זיך צו אריינמישן האב איך באשלאסן זיך צו רעגיסטרירן סא האפנטלעך וועט איר מיר ליב האבן(לייקן בלע"ז)
קאווע שטיבל איז א יחד במינו, איך בין שוין געווען אויף צענדליגער וואטסעעפ גרופס, טעלעגראם, אייוועלט, און אפילו א געשמאקע קיפקע אין ביהמ"ד, גארנישט קומט נישט צו צו די רייכע און קלארע אינפארמאציע און בעטעמטע רעיונות וואס ווערן געליפטערט דא אויף די קאווע שטיבל שפאלטענעס. די דראנג צו ענטפערן ווערט שטארקער ביי די דעי און עט סאם פוינט באשלאסן צו נעמען דעם שריט און זיך איינשרייבן.
יאך בין אן אפטער באזיכער דא אויף קאווע שטיבל. מי אני שיכניס ראשי בין ההרים הגדולים, אלנפאלס קוקענדיג היינט פיט איך אריין אלס'ן דארפסמאן. נא, זאל זיין מיט הצלחה.
איך בין א חסידישער יונגערמאן וואונט אין אייראפע . וואלט געוואלט האבען א טייל אין די שמועסן אפשר קען איך אויך עפעס צוגעבן פון מיין קוקווינקעל. איך בעט מען זאל מיר רעספעקטירן און פארשטיין אפילו איך בין אנדרעש ווי אייך ס'אמאל אינטערסאנט צו הערן פון א חאניאקישע יונגערמאן זיין מיינונג.