איזי דיזי האט געשריבן:שוין א שיינע פאהר יאהר וואס איך דריי מיך דא אין שטיבל. נאך פין אלס יונג בחור פלעג איך צוהערן מיט דארשט פין א חבר מיינע וואס פלעגט זיך דרייען אינעם שטיבל, שוין אסאך געליינט אין אסאך קונה געוועהן פין די חשובע קאווע טרינקערס, אין איך פיהל אז ס'איז געקומען די צייט צי ווערן א חבר!! אין איך בעהט א תפילה צו גאט ברוך הוא, אז איך זאהל זוכה זיין ציצולייגן מיינע צוויי צענט....
איך וויס גורנישט אן איך וויס אז איך ווייס נישט גארנישט.
לאן אלך, אנה אפנה, כשעיניך מביטות בי איכה אברח, איך לא אפנה? בין אמת לאמת, בין הלכה למעשה בין הימים ההם לזמן הזה. בין הנסתר לנגלה, בין העולם הבא לעולם הזה.
איך בין א אידענע וואס וויל פארשפרייטן איר וויסנשאפט, זיך אביסל אריינטוהן אין מקורות און אוודאי קשיאות. איך האב אויך אסך ענטפערס, אבער פאקט איז די קשיא איז וויכטיגער פון די תירוץ. און אפשר קען איך אפילו אויפקלערן דער דער אויפגעקלערט עולם אביסל לגבאי נשים, ווייל איך זע מען קען עס נוצן.
איך בין א היימישע חסידישע יונגערמאן וואס לייענט קאווע שטיבל אין ivelt אין איך וויל אמאל ענטפערן אין א געשמאקע שמועס איך פארשטיי נישט פינקטלעך וואס נאך איך דארף דא שרייבן
א חאניוק אין די טיפעניש פון די נשמה, וואס האט זיך געלערנט נישט צו טראגן קיין "נקיפת מצפון" דערפון. איך בין א גליקליכער איד. איך פארשטיי פארוואס די "סיסטעם" טוט וואס ס'טוט, כאטש איך האלט אז זיי לעבן אין א טיפע דמיון. אבער נאכאמאל... ווער פון אונז לעבט נישט אין א דמיון...
בר גיורא האט געשריבן:שלום. איך וויל מפרסם זיין פאר די אידישע ליינער אסאך זעלטענע און היסטארישע דאקעמענטען פון פרשיות וואס האט אויפגעשאקלט די וועלט בשעתו און היינט אומבאקאנט און איך קען ביישטיין עס צו מפרסם זיין פאר די עולם כדי זיי זאלן קענען ווערן קלארער און די פאקטען פון די פולמס'ער און זיי זאלן קענען זאגען זייער מיינונג אויף דעם !
שמעקעדיג האט געשריבן:ממש א פחד אז קוים איינער פון 50 איינגעשריבענע ווערן אקטיווע שרייבער דא. רוב שרייבער אין דעם אשכול האבן נישט מער ווי 1 הודעה (אפשר 2).
און איך האב מיך געוואונדערט פארוואס דו שרייבסט שוין נישט צו פיל לעצטענס. יעצט ווייס איך שוין פארוואס. 150 בלעטער איבערקוקן...
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
א איד פון די שפאלטענעס. שוין א היבשע תקופה וואס איך שפאציר דא בשבילי השטיבל ועכשיו קרבנו, פון שבילי דרקיעא האט זיך צובלאזן א רוח ממרום, זאגענדיג, אז אפשר איז געקומען די צייט אביסל ארויס צוקומען מבין החרכים און מיטטיילן א דעה, דא און דארט.
כ'בין א סטודענטקע אין איינע פון די ניו יארק'ע קאלעדזשעס. כ'פארמאג מערערע אמביציעס מיט וואס כ'טוה מיך באשעפטיגן, צב"ש, ארט פאטאגרעפיע, שרייבן, מוזיק. אבער מיין האפענונג און ציל איז דאקטעריי אין די מעדיצינישע וועלט. היות כ'קום פון א חסידיש בעקגראונד און אידיש איז פון שטענדיג אן געווען מיין ערשטע שפראך, און איז לעצטענס מיר גאר שטארק צוניץ געקומען צוליב פארשידענע סיבות. וויל איך אויסבעסערן מיין אידיש, סיי די חלק פון רעדן סיי די חלק פון שרייבן און אלעס ארום די אידישע קאלטור. ספעציעל נאך וואס אין לעצטערע יארן איז יידיש געווארן א היפשע אויפגעכאפטע שפראך אפילו ביי נישט פרומע אידן און ווי אויך ביי גוים צוגלייך.
און היותמיין טאטע פארציילט מיר אסאך פון ק"ש און שטענדיג שיקט ער מיר אינטערעסאנטע ארטיקלעך וועלכע זענען מיר זייער אינטערעסאנט סיי די חלק ה'וויסענשאפט שבו און סיי די חלק ה'גראמאטיק. דערפאר האב איך אפגעמאכט צו ווערן א חלק פונעם שטיבל.
דורכ'ן טאג קומט מיר אויס צו פארברענגן מיט מערערע סטודענטס און סטודענטקעס פון אלע מינע קאלטור'ן און ראסעס, פראפעסארן פון אלע ווינקלעך אין לעבן, און כ'קען ענק זאגן איין זאך, אז ס'פעהלט נישט אידישע טאלאנט! ספעציעל דא אין קאווע שטיבל. האב איך אפגעמאכט זיך צו רעגיסטרירן און ווערן א חלק פון די קאווע שטיבל געמיינדע. און דא בין איך!
קהל'ס נער: און איך האב גענומען מיין נאמען פון א מעשה אין די אלטע, ירושלימ'ער אידישע ליכט. דארט איז געווען א בעל עגלה מיט'ן נאמען בערל, אין די צייטן פון ר' שמואל סלנט. מ'האט איהם גערופן בערל בעל עגלה. די מעשה וואס ווערט דארט פארציילט איז זייער אן אינטרעסאנטע מעשה. ס'איז מיר אריין אין קאפ.
נאך א זאך. אזוי ווי יענער וואס האט געזאגט איך האב אויסגעפאפט גאנץ ווארשא. וויאזוי? פרעגט מען איהם? זייער פשוט. איך הייס יאסל. און כ'האב פאר יעדן געזאגט אז איך הייס פייוויש...! די זעלבע דא. מ' רופט מיך בערל. איך הייס גאר אנדערש...לאל