"חשדהו" זאל נישט זיין מער ווי "כבדהו"

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רעאגיר
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 445
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 865 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1615 מאל

"חשדהו" זאל נישט זיין מער ווי "כבדהו"

שליחה דורך מנהל »

חברים,

אמאל קומט דא אריין א נייער מעמבער וואס וויל נאר פארדרייען א קאפ, "טראָלן" ווי מ'רופט עס. און אמת אז ווען מ'זעהט אז א נייער מעמבער שרייבט אויף א וועג וואס קומט נישט נאך די סטאנדארטן פון א נארמאלע שמועס דארף זיין כבדהו וחשדהו. אבער לאמיר זיכער מאכן אז די "חשדהו" זאל נישט זיין מער ווי די "כבדהו".

זייער אסאך מאל פארשטייט נאך נישט א נייער מעמבער די מנהג המקום, אדער האט פשוט נאך נישט די פעאיגקייטן און די עקספיריענס ווי אזוי צו פירן א זאכליכע שמועס. לאמיר נישט גורם זיין אים צו פארשטימען און פארהאקן פשוט ווייל ער קען נאכנישט שרייבן און קאמיוניקעיטן כהוגן. געב אים א טשענס. קענסט אים מעורר זיין איידעל, קענסט אים שרייבן אין אישי אז מ'שרייבט נישט אזוי, קענסט שיקן א מעסעדזש צו מיר אז מ'דארף האלטן אן אויג אויף יענעם, אבער זיי נישט תיכף דן לכף חוב אז ער איז דא צו זיין א טראָל און רייס אים נישט אראפ ברבים.

והיה אז מ'זעהט קלאר אז דאס איז זיין מהלך און ער האלט זיך נישט ביים לערנען, וועט מען אוודאי מוזן מקיים זיין דין הטראל.
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
רעאגיר