וואס האט דא פאסירט?
-
- קאווע שטיבל מנהל
- הודעות: 34
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 4:03 am
- האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל
וואס האט דא פאסירט?
מיר ווילן זיך אנטשולדיגן פאר אונזערע טייערע חברים אויף דעם וואס "קאווע שטיבל" איז נישט געווען אין דינסט פאר נאנט צו צוויי טעג – פון דאנערשטאג נאכמיטאג, ביז יעצט. טראצדעם וואס דאס האט געשאפן א סך אומאנגענעמליכקייטן פאר יעדן, איז אבער דאך גוט צו וויסן אז די סיבה פון דעם קראך איז דווקא געווען א פריידיגע.
ווען "קאווע שטיבל" האט זיך געעפנט מיט קנאפע 9 חדשים צוריק האבן מיר נישט גע'חלומ'ט פון אזא שנעלן וואוקס ב"ה, און מיר האבן גענומען א ביליגע סערווער פירמע וואס מיר האבן גערעכנט אז ס'וועט קענען דערטראגן דעם טראפיק פון אונזער סייט. מיט דעם וואוקס פון אונזער לייענערשאפט איז דער טראפיק אבער גאר שטארק געשטיגן ביז ס'האט געגרייכט צו א מצב אז די פירמע האט אויסגעשאלטערט אונזער סייט וויבאלד דער טראפיק-פלייץ פארשטייטערט אלע אנדערע וועבסייטס וועלכע געפינען זיך אויף דעם זעלבן סערווער.
מיר האבן פרובירט זיך איינ'טענה'ן מיט דער פירמע אז מ'זאל נאך לאזן דעם סייט אנגיין פאר א טאג צוויי ביז מיר געפינען אן אנדערן סערווער, אבער זיי האבן געזאגט אז ס'איז אוממעגליך פון זייער זייט, ווייל זיי קענען נישט בא'עולה'ן אלע אנדערע וועבסייטס וועלכע ליידן א דאנק אונזער גרויסן טראפיק. אונזער סייט איז טאקע באלד אויסגעשאלטערט געווארן און מיר האבן זיך תיכף ארויסגעלאזט זוכן א סערווער וואס קען אקאמאדירן אונזער טראפיק. פון דעם ערשטן מינוט אן האבן מיר געהאלטן אונזערע חברים אינפארמירט איבער די געשעענישן דורך אונזער "טוויטער"-אקאונט.
מיר זענען זייער דאנקבאר פאר די צענדליגער חברים וועלכע האבן צו אונז געשריבן אנבאטנדיג הילף און געלט אויף צו קענען ווייטער אנגיין מיט דעם וויכטיגן ארבעט.
יעצט האלטן מיר שוין אין די לעצטע שטאפלען פון אריבערפירן דעם סייט, נאר מאמענטאל דארף מען זיך באנוצן מיט דעם צייטווייליגן יו-אר-על, ביז אלעס וועט מסודר ווערן על צד היותר טוב.
מיר בעטן נאכאמאל אנטשולדיגונג אויף דער אומאנגענעמליכקייט, און מיר דאנקען נאכאמאל אלע חברים פאר דעם געדולד און פארשטענדעניש.

- ידיד ותיק
- הודעות: 975
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
- האט שוין געלייקט: 52 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 321 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4521 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל
זר זהב האט געשריבן:למעשה האט מיין ''סיג לכחמה שתיקה'' אשכול אויפגעטון. פאר 2 גאנצע טעג האט יעדער ניק אן אויסנאם איינגענומען א שטילשווייגעניש
לאו דוקא, איי וועלט האט זיך אויפגעוועקט פאר א פאר מינוט, ס'געווארן לעבעדיג, זיי האבן געמוזט פארשפארן אשכולות ווייל מאנכע ק"ש האבן זיך דארט אנגעריקט.
Under influence
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6314
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 9060 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2890 מאל
בן תמליון האט געשריבן:ברוך מחיה המחים. איך האב אויך גאנץ גוט געציטערט די לעצטע פאר טעג ב"ה מ'איז אפגעקומען מיט שרעק.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4521 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל
- Java
- מנהל
- הודעות: 262
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:12 pm
- געפינט זיך: קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 224 מאל
- קאנטאקט:
גאלד האט געשריבן:דער אלטער האוסטינג פירמע ווי דער דאמעין איז רעגיסטרירט קען נישט מאכן א רידיירעקט דערווייל?
יא, דאס האבן מיר טאקע געטון אויף דערווייל. די דאמעין דארף אנצוהייבן פוינטן צו די נייער סערווער אין די קומענדיגע 24 שעה. איך טוה זיך נאכאמאל אנטשולדיגן פאר די אומאנגענעמליכקייטן וואס די מצב האט געשאפן. מיר האפן אז אין די צוקונפט וועלן מיר זיך שנעלער מסדר זיין.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6958
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 5107 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6779 מאל
אנטשולדיג אייך נישט אזוי סאך, איר טוהט מעל ומעבר פון וואס איר דארפט, נישט פאר קיין געלט, נישט פאר קיין כבוד, נאר אריינצוברענגען די אור פון די תורה און אידישקייט למטה מעשרה, אויפן טריפה'נעם אינטערנעץ, אריינצושיינען אין די ליבות נשברות די אוטענטישע שיין פון יהדות אן קיין השפעות פון די יונים, רוימים, און די קריסטן וכל שום וחניכא דאית להו.
חזקו ואמצו, יישר חילכם, און לאודס מיט הצלחה בכל מעשי ידכם.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1369
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:24 pm
- האט שוין געלייקט: 2613 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4109 מאל
ברוך מחיה המתים!
איך מיין נישט צו זאגן מחיה מתים אויף די שטיבל, איך מיין אויף מיר!
איך פלעג מיינען אז קאווע שטיבל איז אזא לוקסוס מיינע, אזא אם לא יועיל לא יזיק אפאראט, א זיסע טשאקלעד נאך די סעודה... אזוי האט זיך מיר געדוכט, אבער אזוי ווי אסאך זאכן מיט וועמען מען דערקענט זיך נאר בהעדרו - אזוי ווי ציין וואס מען שפירט נאר ווען ער רייסט פאר יסורים, האב איך געזעהן אז קאווע שטיבל איז לכל הפחות אזוי ווי מיין שטארקע קאווע, מיין טעגליכע דאזע קאפין!
איך בין געווען טויט די פאר טעג וואס קאווע שטיבל האט גע'גוסס'ט, איך האב געשפירט ווי א פיש אינדרויסן פון וואסער, א סקווערער אן שטיוול, א סאטמארער אום כ"ז אב תשל"ט, א ציוני נאך אבאמאס געווינס וכו', איך האב געשפירט אויסגעשאלטערט, מלא ספיקות, צוקלאפט און נידערשלאגן.
איך האב נישט געוואוסט וואס עס גייט פאר, איך האב אנגעהויבן טראכטן אז וועבערמאן איז אומשולדיג - יא שולדיג, אן קענען מחליט זיין, אן קענען ליינען יאסעלע וואסער טרעגער און איחוד פעלד. איך האב נישט געוואוסט וואס זר זהב טוט אויף די מינוט, אדער וואס מען קען עסן פאר לאנטש, וואס מען קען טון מיט א פוילע ווייב, אדער ווי מען טרעפט אין מאמרי חז"ל דעם מאחורי הפרגוד. בקיצור איך בין געווען אנגעזעצט.
עס איז נאר דא קאווע שטיבל? עה, נאך אסאך סייטס... בין איך געגאנגען זוכן, ב"ה אז דזשעי-נעט האט מיר נאר געלאזט גיין בתוככי אנ"ש, קודם גיי איך זעהן עפעס א אידישע זייטל, אבער וואס האב איך געזעהן? תולדות האדמו"ר מהוידא-פלאץ השלישי, די דינסטאג אשכול, טראפיק באריכטן פון האנג-קאנג, און א אשכול ווי מען דארף זיך כלומרשט צו טענה'ן, אבער עכט זינגט יעדער די זעלבע ניגון. בין איך געגאנגען אין עפעס א פארק, זעה איך דארטן א וויכוח ווער עס האט געהאט מער מענטשן כולל זיבנבערגן אדער כולל שומרי החומות, מיט נאך אזוינע אינטעליגענטע שמועסן. פארצווייפלטערהייט האב איך געזוכט אונזער ליבע שטיבל, איך בין געווען טרויעריג, די חנוכה ליכט האבן מיר געטאנצן אין די אויגן, אבער די שמחה איז נישט געווען בשלימות, די קאסטארד פון די דאנאטס האט מיר ממש אויסגעזעהן ווי נאז געמויזעכץ, ממש פחדים.
ברוך השם אז קאווע שטיבל איז צוריק,
אוי, בך בטחו, חסדי ה' כי לא תמנו!
און מיט דעם קען מען פארענטפערן די בית יוסף'ס קשיא וואס ווערט שוין באמת געברענגט אין פרי חדש... די אכטע טאג איז פאר די נס פון מציאת הקאווע שטיבל!

- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 4466 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1822 מאל
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 649 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1432 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:וויפיל געלט רעדט מען דא, וואס קאסט א האסטינג מיט א סערווער?
ווי איך פארשטיי איז דאס דער נייער האוסטינג פירמע
http://www.inmotionhosting.com/
זעה דארט די פרייזן,
נאכדעם איז דא אפאר טאלער א יאר פארן האבן די זכות פון די דאמעין נאמען kaveshtiebel.com
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 4466 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1822 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 249 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל