בשורה טובה! פריוואטער פארום

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
admin
קאווע שטיבל מנהל
קאווע שטיבל מנהל
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 4:03 am
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

שליחה דורך admin »

שינויים אין איינטריט-פרינציפן צום פריוואטן פארום
דער פריוואטער פארום איז ב"ה א געוואלדיגער סוקסעס, און פילע חברים זענען שוין געהאלפן געווארן מיט עצות טובות ומועילות. אנגעפאנגען פון היינט קען מען באקומען איינטריט צו דעם פריוואטן פארום נאר נאכ'ן שרייבן 50 זאכליכע הודעות. דאס איז טאקע ווייניגער ווי די 75 הודעות וואס מען האט געדארפט שרייבן ביז יעצט, אבער פון היינט און ווייטער וועלן מיר באטראכטן א הודעה ווי "זאכליך" בלויז אויב זי איז געשריבן געווארן קלאר און צו דער זאך, אן גראבע גרייזן וואס פארשווערן דאס לייענען, און פארמאגט א מינימום פון 100 ווערטער (אויף זיך אויס'משל'ען אין קאפ: דער דאזיגער פאראגראף האט פונקט 100 ווערטער).

עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז מיר גייען נישט ציילן יעדעס ווארט פון יעדע הודעה, נאר מיר שטעלן אוועק די ציפערן ווייל מיר האלטן אז איינער וואס האט שוין צוגעשטעלט ארום 50 פון אזעלכע "זאכליכע" הודעות קען פאררעכטן ווערן ווי אחד מן החבורה אויף א פארנעם אז מיר זאלן קענען אפשאצן צי ער איז גענוג אחריות'דיג צו קענען שרייבן איבער הייקעלע טעמעס.

די פיר זאכליכע הודעות אין דעם פריוואטן פארום וועלכע פלעגן מוזן געשריבן ווערן אין לויף פון יעדן צייט-אפשניט פון צוויי וואכן כדי אנצוהאלטן צוטריט ווערט אויסגעברייטערט צו ערלויבן א צייט-אפשניט פון דריי וואכן, אבער די הודעות מוזן אויך נאכפאלגן די פריערדערמאנטע פרינציפן פון "זאכליכע" הודעות. כדי אנצוהאלטן צוטריט מוז מען אויך רעגלמעסיג שרייבן אין די אפענע פארומס.

נאכדעם וואס איר ווערט באשטעטיגט אריינצוקומען צו דעם פריוואטן פארום קענט איר אויסוועלן צי איר ווילט דארטן שרייבן מיט אייער געווענליכן ניק אדער איר ווילט א ספעציעלן ניק פאר דעם. אויב איר ווילט א באזונדערן ניק, וועט דער באזונדערער ניק האבן צוטריט נאר צו דעם פריוואטן פארום, און דער געווענליכער ניק וועט האבן צוטריט נאר צו די אפענע פארומס.

נאכדעם וואס א מנהל האט שוין באשטעטיגט אז א חבר האט שוין געשריבן די נויטיגע צאל הודעות, דארף נאך דער אחראי מידת הדין באשטימען צי ער קען אנגענומען ווערן. אויב איר האט סיי וועלכן פראבלעם מיט דעם פריוואטן פארום ביטע זיך מעלדן צו א מנהל.
באניצער אוואטאר
גבאי
געוועזענער מנהל
געוועזענער מנהל
הודעות: 177
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 6:16 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך גבאי »

אזוי ווי לעצטענס זענען געווען שוועריגקייטן מיט'ן דורכגיין דעם פראצעדור פון אנגענומען ווערן צום פריוואטן פארום, מאכן מיר א רי-ארגאניזאציע אז ס'זאל קלאפן מהיום והלאה. אלע וואס ווארטן אנגענומען צו ווערן, אפילו די וואס זענען שוין באשטעטיגט געווארן דורך א מנהל, זאלן זיך פריש מעלדן צו מיר.
אלעס בנוגע דעם פריוואטן פארום זאל מען שרייבן צו מיר אין אישית, און נישט צו די אנדערע מנהלים און אחראים, און אויך נישט צו מידת הדין.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8966 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

צוליב א שטארקע נאכפראגע ביי אפאר ניקים איבער עקסעס צו מאחורי הפרגוד, ברענג איך ארויף דעם אשכול. זעה די לעצטע צוויי וויכטיגע הודעות.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
גבאי
געוועזענער מנהל
געוועזענער מנהל
הודעות: 177
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 6:16 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך גבאי »

יעדער וואס קומט אן אין פריוואטן פארום נעמען מיר אן אז ער ווייסט און פארשטייט אונזערע פרינציפן. אויב שרייבט מען נישט גענוג פארלירט מען רשות כניסה. עס איז רוב מאל מעגליך צוריקצובאקומען רשות כניסה, אבער עס קען נעמען א שטיק צייט, און ס'וועט נעמען לענגער און לענגער נאך יעדעס מאל וואס מ'פארלירט צוטריט.
פארשפארט