איך בין א יונגערמאן וואס ליינט שוין קאווע שטיבל שיין שטיקל צייט און איך האב גרויס הנאה דערפון קיינמאל נישט עכט געטראכט פון וואס איך קען צוגעבן פאר די קאווע פאמיליע אבער למעשה טראכט איך שוין לעצט שטיקל צייט פון א געוויסע טאפיק וואס פונקט היינט זעה איך אז איינער געעפנט א פרישע אשכול דערוועגן און איך שפיר אז איך קען דארט צוגעבן מיינע צוויי סענט
איך בין א יונגערמאן װער שטאמט פון ניו יארק. איך בין עפעס א יידישיסט, ד"ה א פארברענטער ליבהאבער פון אידיש. כאטש איך בין ניט קיין עכטער חסיד, האב איך ליב דאס חסידישע לעבן און קולטור און איך װיל רעדן א װארט מאמע־לשון מיט אנדערע איידלע מענטשן. כ'האָב שטארק ליב פּאעזיע, ליטעראטור און מוזיק.
איך ליין שוין דא א לענגערע תקופה און איך האב זייער הנאה פון די בריטקייט און אפנקייט וואס עס גייט דא פאר בכלליות אויף אידישקייט אין 2020 און בפרטיות צו ידע געלעגנהייט ווען עס פעלט זיך אויס, און כאטש וואס איך בין נישט קיין גרויסע אנאליזער און / אדער שרייבער וויל איך כמה פעמים עפעס מגיב זיין אדער איבערפרעגן עפעס וואס איך האב נישט פארשטאנען און צומאל טויך חולק זיין אויף איינעם און הערן יענעמס צד, אשע"כ האב איך מחליט געווען צו עפענען א ניק און איך האף אז די הנהלה וועט מיר אנעמען, און האטס מיר און זייטס מיר.
איך זיך צי רעדן מיט קליגע מענשטן, אין גלייך צי שרייבן און ליינען אבער נאר מיט מענשטן וואס זענען פלעקסבל ממילא בין איך דא איך האף צי זאגן מיינע מיינוגען סזאל זיין דברים נכנסים אל הלב
איך האב אסאך ליידיגער צייט וואס איך דארף אויסנוצען און איך האב געטראפען א גוטע פלאץ. און איך האב ליב צו ליינען אסאך, און צולייגען מיינע הערות אויף אלעס וואס עס געפעלט מיר.
איך האב ליב צו שרייבן און ליינען... צו איך שרייב גוט דאס וועטס שוין אליינס באשלוסן! איך בין א איד וואס פרובירט צו זיין וואויל, אין טוהן דעם רצון השם מיט פשטות. אזוי 'נחום' איש גם זו איז מען מקבל אלעס באהבה מיט א שמייכעל און מיט שמחה!
איך בין נייגעריג וויפיל פון זיי גייען למעשה שרייבן עפעס ס’קוקט אויס אז סע איז דא אזא טריל פון זיך איינשרייבן און זען אויב מען גייט דיר אוננעמען #קאוועשטיבלטשעלענדש
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
אינטערסירט אין אידישע היסטאריע, תולדות פון צדיקים און ספרים. שרייבער פון השקפה׳דיגע תורה׳דיגע ענינים פאר אונזער דור פון עקבתא דמשיחא רייך און באלערנד אויף א גאלדנעם טאץ, סאטמארער קנאי, הייסע נאכגייער פון קהלת נטורי קרתא.