שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רעאגיר
פרימארגען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:25 pm
האט שוין געלייקט: 215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל

שליחה דורך פרימארגען »

איזי דיזי האט געשריבן:שוין א שיינע פאהר יאהר וואס איך דריי מיך דא אין שטיבל.
נאך פין אלס יונג בחור פלעג איך צוהערן מיט דארשט פין א חבר מיינע וואס פלעגט זיך דרייען אינעם שטיבל,
שוין אסאך געליינט אין אסאך קונה געוועהן פין די חשובע קאווע טרינקערס,
אין איך פיהל אז ס'איז געקומען די צייט צי ווערן א חבר!!
אין איך בעהט א תפילה צו גאט ברוך הוא,
אז איך זאהל זוכה זיין ציצולייגן מיינע צוויי צענט....

או נאו די ביסט דא? כ׳וועל אויסזאגן…
ווער בין איך? איך בין ״ ווער בין איך״
Tzelemeloikim
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 1:13 am
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך Tzelemeloikim »

איך וויס גורנישט אן איך וויס אז איך ווייס נישט גארנישט.

לאן אלך, אנה אפנה, כשעיניך מביטות בי
איכה אברח, איך לא אפנה?
בין אמת לאמת, בין הלכה למעשה
בין הימים ההם לזמן הזה.
בין הנסתר לנגלה, בין העולם הבא לעולם הזה.
Moshe123
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 19, 2021 6:21 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך Moshe123 »

כ׳בון נישט קיין גרויסע שרייבער באט כ׳בון זייער שטארק אינטא די מוזיק ליין און כ׳בון פעשיניט וועגן אידיש קאלטשער.
כ׳בון נייגעריג צו זען וויאזוי איגיש קאלטשער וועט איוולווין און איך הויף אז געניג אידיש מיינדיד אירע עלן זיך צאם קימען צו בויען א נייע, מאדערן אהערגעשטעלטע קאמיוניטיס וואס בלענט גי אלט מיט די ניי.
ברוריה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 8:38 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל

שליחה דורך ברוריה »

איך בין א אידענע וואס וויל פארשפרייטן איר וויסנשאפט, זיך אביסל אריינטוהן אין מקורות און אוודאי קשיאות. איך האב אויך אסך ענטפערס, אבער פאקט איז די קשיא איז וויכטיגער פון די תירוץ. און אפשר קען איך אפילו אויפקלערן דער דער אויפגעקלערט עולם אביסל לגבאי נשים, ווייל איך זע מען קען עס נוצן.
לעבעדיק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 12:01 pm

שליחה דורך לעבעדיק »

איך בין א היימישע חסידישע יונגערמאן וואס לייענט קאווע שטיבל אין ivelt אין איך וויל אמאל ענטפערן אין א געשמאקע שמועס איך פארשטיי נישט פינקטלעך וואס נאך איך דארף דא שרייבן
חכם הרזים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 7:44 pm

שליחה דורך חכם הרזים »

א חאניוק אין די טיפעניש פון די נשמה, וואס האט זיך געלערנט נישט צו טראגן קיין "נקיפת מצפון" דערפון. איך בין א גליקליכער איד. איך פארשטיי פארוואס די "סיסטעם" טוט וואס ס'טוט, כאטש איך האלט אז זיי לעבן אין א טיפע דמיון. אבער נאכאמאל... ווער פון אונז לעבט נישט אין א דמיון...
צפוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 11:49 am
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך צפוני »

קאווע שטיבל איז א געוואלדיגע פלאץ צו שטייגן און צו פארברענגען, און ווי אויך ארויסצוגעגעבן די טאלאנטן, און וויסנשאפט, און פשוט, דא טרעפט מען אלעס אינטער איין דאך!!! וואו!!!
נפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 346 מאל

שליחה דורך נפה »

בר גיורא האט געשריבן:שלום. איך וויל מפרסם זיין פאר די אידישע ליינער אסאך זעלטענע און היסטארישע דאקעמענטען פון פרשיות וואס האט אויפגעשאקלט די וועלט בשעתו און היינט אומבאקאנט און איך קען ביישטיין עס צו מפרסם זיין פאר די עולם כדי זיי זאלן קענען ווערן קלארער און די פאקטען פון די פולמס'ער און זיי זאלן קענען זאגען זייער מיינונג אויף דעם !

נו איך ווארט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ממש א פחד אז קוים איינער פון 50 איינגעשריבענע ווערן אקטיווע שרייבער דא. רוב שרייבער אין דעם אשכול האבן נישט מער ווי 1 הודעה (אפשר 2).
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

שליחה דורך הוגה »

שמעקעדיג האט געשריבן:ממש א פחד אז קוים איינער פון 50 איינגעשריבענע ווערן אקטיווע שרייבער דא. רוב שרייבער אין דעם אשכול האבן נישט מער ווי 1 הודעה (אפשר 2).

און איך האב מיך געוואונדערט פארוואס דו שרייבסט שוין נישט צו פיל לעצטענס. יעצט ווייס איך שוין פארוואס. 150 בלעטער איבערקוקן... :o
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שוין, מיין תירוץ ווייסטו שוין; וואס איז דיין תירוץ? ;)
וירח ה' את ריח הניחוח
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3683 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

@הוגה @שמעקעדיג
בא ללמד ונמצא למד!
באניצער אוואטאר
גוצא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 1:58 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

שליחה דורך גוצא »

א איד פון די שפאלטענעס. שוין א היבשע תקופה וואס איך שפאציר דא בשבילי השטיבל ועכשיו קרבנו, פון שבילי דרקיעא האט זיך צובלאזן א רוח ממרום, זאגענדיג, אז אפשר איז געקומען די צייט אביסל ארויס צוקומען מבין החרכים און מיטטיילן א דעה, דא און דארט.
בת נדיב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 9:23 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך בת נדיב »

כ'בין א סטודענטקע אין איינע פון די ניו יארק'ע קאלעדזשעס. כ'פארמאג מערערע אמביציעס מיט וואס כ'טוה מיך באשעפטיגן, צב"ש, ארט פאטאגרעפיע, שרייבן, מוזיק. אבער מיין האפענונג און ציל איז דאקטעריי אין די מעדיצינישע וועלט.

‏היות כ'קום פון א חסידיש בעקגראונד און אידיש איז פון שטענדיג אן געווען מיין ערשטע שפראך, און איז לעצטענס מיר גאר שטארק צוניץ געקומען צוליב פארשידענע סיבות. וויל איך אויסבעסערן מיין אידיש, סיי די חלק פון רעדן סיי די חלק פון שרייבן און אלעס ארום די אידישע קאלטור. ספעציעל נאך וואס אין לעצטערע יארן איז יידיש געווארן א היפשע אויפגעכאפטע שפראך אפילו ביי נישט פרומע אידן און ווי אויך ביי גוים צוגלייך.

און היותמיין טאטע פארציילט מיר אסאך פון ק"ש און שטענדיג שיקט ער מיר אינטערעסאנטע ארטיקלעך וועלכע זענען מיר זייער אינטערעסאנט סיי די חלק ה'וויסענשאפט שבו און סיי די חלק ה'גראמאטיק. דערפאר האב איך אפגעמאכט צו ווערן א חלק פונעם שטיבל.

דורכ'ן טאג קומט מיר אויס צו פארברענגן מיט מערערע סטודענטס און סטודענטקעס פון אלע מינע קאלטור'ן און ראסעס, פראפעסארן פון אלע ווינקלעך אין לעבן, און כ'קען ענק זאגן איין זאך, אז ס'פעהלט נישט אידישע טאלאנט! ספעציעל דא אין קאווע שטיבל. האב איך אפגעמאכט זיך צו רעגיסטרירן און ווערן א חלק פון די קאווע שטיבל געמיינדע. און דא בין איך!
גדול מרבן שמו
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 2:40 am

שליחה דורך גדול מרבן שמו »

א גוטען יעדער איינער,
גדול מרבן שמו, איז א היימישער חסידישער יינגערמאן, וואס טראכט אביסעל, און באופן כללי ויל זיין גוט.
ס'איז אבער דא אסאך זאכען וואס באדערען מיר יארען, אין איך ויל דערגיין תשובות, אפילו נאר סתם פאר אינטרעסאנטקייט.
פלאנטעליי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 8:03 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך פלאנטעליי »

I am a 23 years a businessman a Chusid I hope to write in Yiddish I am just now in the office with my English keyboard Yiddish is my first language
לאנגע הויזן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך לאנגע הויזן »

איך בין א אינגערמאן וואס זיכט זיך אביסל ארויסצוגעבן.

איך האב גאר שטארק הנאה פון די אפענקייט פון קאווע שטיבעל.

איך האב זייער ליב פאליטיק און סתם הייסע מקווה נייעס.
שרה־רחל שעכטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 4:35 pm
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך שרה־רחל שעכטער »

איך בין די רעדאַקטאָרשע פֿונעם ייִדישן פֿאָרווערטס און וויל וויסן וואָס ס׳טוט זיך אין דער חסידישער וועלט, בפֿרט נײַע ווידעאָס וואָס מיר וואָלטן געקענט מיטטיילן אויף אונדזער וועבזײַט. אַחוץ דעם וואָלט איך געקענט דאָ שטעלן אַרטיקלען אָדער ווידעאָס וואָס איך האַלט וואָלטן פֿאַראינטערעסירט דעם עולם בײַ קאַווע־שטיבל.
איין טאג אויף א מאל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 01, 2021 10:53 am

שליחה דורך איין טאג אויף א מאל »

א געשמאקע אינגערמאן וואס האט ליב אינטערעסאנטע ידועות און נושאים , פאזעטיוו , און אייביג אפען צו הערן א צווייטענס מיינוג,
איך האב ליב די זייטעל ווייל סהאט נישט קיין נגיעות אויף קיין שום זייט און מען קען זיך קלאר אויסשמועסן אויף אלע מינע נושאים
א פשוט'ער אינגערמאן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל

שליחה דורך א פשוט'ער אינגערמאן »

איך בין אינגערמאן וואס האט חתונה געהאט מיט עטליכע יאר צירוק, און איך זיך א פלאץ זיך צו קענען אויסליפטערן.

נאכן דורך קוקן קאווע שטיבעל פיל איך אז דאס איז וואס איך זיך.

איך האף צו קענען צו געבן מיינע צוויי סענס.
סדרן
מנהל
מנהל
הודעות: 396
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 08, 2015 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל

שליחה דורך סדרן »

אלע פרישע מעמבערס זענען מכובד זיך אנצוגיסן א גלעזעל קאווע, זיך מאכן באקוועם, און זיך לאזן הערן. שעמטס ענק נישט!
צו באקומען צוטריט אין מאחורי הפרגוד דארף מען זיין אן אקטיווער מיטגליד מיט מינימום 50 זאכליכע תגובות. דערנאך דארף מען דורכגיין א שמועס מיט א מנהל.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2359
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5981 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5605 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

שלום עליכם אלע חשובע יודן אין יודענעס.
ס'וואלט געוועין זייער אינטערעסאנט אויב מען קען אביסל מסביר זיין פשט פון אייער ניק.

אלץ קריינא דאיגרתא וועל איך אנהייבן.
ווען איך האב מיך איינגעשריבען האב איך געהאלטן אינמיטן וואטשן א יודישע פלעי, און איינער זאגט דארט אינמיטן "איך בין עפעס קהל'ס נער" און ס'מיר געפאלן די נאמען.
ויקרא שמו בישמעל (קרדיט: די ווייסע הויז קריספעדאנט פון עמי מאגעזין) קהל'ס נער.
נאך אפאר נעמען וועלכע זענען געוועין אויפן טיש.
פייער אפפער.
נאכמאכען פארבאטען.
נק-ניק.
בעלא יושב.
יענקלען'ס אן איידעם.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19576
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24505 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14865 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קהל'ס נער: און איך האב גענומען מיין נאמען פון א מעשה אין די אלטע, ירושלימ'ער אידישע ליכט. דארט איז געווען א בעל עגלה מיט'ן נאמען בערל, אין די צייטן פון ר' שמואל סלנט. מ'האט איהם גערופן בערל בעל עגלה. די מעשה וואס ווערט דארט פארציילט איז זייער אן אינטרעסאנטע מעשה. ס'איז מיר אריין אין קאפ.

נאך א זאך. אזוי ווי יענער וואס האט געזאגט איך האב אויסגעפאפט גאנץ ווארשא. וויאזוי? פרעגט מען איהם? זייער פשוט. איך הייס יאסל. און כ'האב פאר יעדן געזאגט אז איך הייס פייוויש...! די זעלבע דא. מ' רופט מיך בערל. איך הייס גאר אנדערש...לאל
רעאגיר