לא להנאת גופי האט געשריבן: העי, כ'האב געמיינט קאווע שטובל טאלערירט נישט אפיקורסות? וואלטסט רעדן עברית אויפדעם אידאך דא פאליש צו כ'ווייס וואס, עכ'פ נישט דא. [טאמיר די מיינסט אז כ'מיין עס ערענסט, גיי אהיים[דאס אליין קומט פון די עברית'ישע סעי'אינג 'לך הביתה'..] ]
דו וואלסט שוין געדארפט צו וויסן אז איך בין איינער פון די גרויסע קנקאים דא אין קאווע אין קאווע שטיבל. פון די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני. איך שטיי על המשמר אז ס'זאל זיך ח"ו נישט אריינכאפן א ברעקל ציונות. און מ'זאלל ח"ו נישט צוקומען מהרהר צו זיין בשבח הציונים, ימח שמם וזכרם. ס'איז מיר א חידוש אז דו האסט נישט געהערט פון מיינע גרויסע רביס אין קנאות, ווי הרב ישראל מ. סופר זי"ע/ שליט"א המכונה מנשה פליפ-פלאפ. און הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו לשבח[
כ'בין סאמהאו אריינגעפאלן אין די אשכול, ביי די תגובות פון יארע 2014, זעי איך אז בערלבאלאגאלע האט שוין דעמאלטס געוועין פארנימען מיט ישראל מ. סופר המכונה מנשה פליפ פלאפ, ברכיים אשר לו כרעו לבעל, און סענדער דעם דייטש. ויאשפ"ג הקהל'ס אשפג"ה גדולה עד למאוד: וירם הקהל'ס את קולו ויאמר לאמר: יען כי אשפגת"י אותי ולחצתי את לייק'תך וידעת כי אני הקהל'ס:
איך בין א פרישער אינגערמאן פון וויליאמסבורג עיר הקודש והמקדש געלערנט האב איך אלע יארן אין סאטמאר מוסדות זאלונים און שפעטער אין א חבורה אין ארץ ישראל (המכונה געלערנט און ישיבת מיר ירושלים) פארוואס איך האב דוקא געקליבן קאווע שטיבל איז ווייל עס איז נישט אזוי שטארק צענזורירט און מען קען האבן דא די אמתע מעשיות
מיינע חברים . איך האב אסאך געהערט איבער דעם פלאץ. און איך וויל עס בארייכענען מיט מיינע אייגענע ידיעות איך האף אז איך וועל מיר פילן אין פלאץ. עס קוקט אויס ווי א אינטערעסאנטע פלאץ מיט אסאך קלוגע לייט. שוין געליימט דא א וויילע אבער צו קענען לאזן הערן די אייגענע קול דארף מען אריין שרייבן....
איך געפון מיך אין דעם גאר הייליגען היימישע שטעטעל קרית יואל מאנרא ניו יארק איך בין אן געוועזענע ארויני ביז דערווייל זיך איך נאך א רבי. איך האלט אינמיטען טוישען מיין לעבן אויף בעסער איך ליין אסאך קאווע שטיבעל איך האלט אז דא וועל איך קענען טרעפען תריצים אויף די פילע ספיקת וואס איך האב נאך ביטע סיין מיר אויף איך זאל קענען באקומען קלארקייט פון אנדערע מענטשען א דאנק
א אינגערמאן וואס זוכט פונקט אזא ווינקל ווי דא צו קענן שפענדן די איבעריגע צוויי מינוט וואס איך קען טרעפן און מיין טאג. איך בין א full time ארבייטער. און קארצ׳ן איך בין דא.
איז אזוי איך גלייב אז קאווע שטיבל איז די העכסטע שטאפל אין אידישע בלאגינג איך האף צי אינזשויען מיין סטעי דא. איך גלייך צו העלפן אנדערע אין ווי אויך צי שפילן poker אויף קינדל ליין איך פון צייט צו צייט א פיקשען מעשה.
איך בין א א פשוט'ע איד וואס ליינט שוין קאווע שטיבל שיין שטיקל צייט און איך האב גרויס הנאה דערפון קיינמאל נישט עכט געטראכט פון וואס איך קען צוגעבן פאר די קאווע פאמיליע אבער למעשה טראכט איך שוין לעצט שטיקל צייט פון א געוויסע טאפיק וואס פונקט היינט זעה איך א אשכול דערוועגן און איך שפיר אז איך קען דארט צוגעבן מיינע צוויי סענט
געבוירן בין איך אהן דעגות, אבער אויך אהן שכל, שטארבן וועל איך מיט שכל. דער שעלה איז צי מיט דעגות. איך פראביר מיין בעסטע צו פארשטיין אלעס ארום מיך, איך פראביר צי לערנען ביז איך פארשטיי אסאך מאהל פארשטיי איך נישט, ברייטער איך אויס מיין לערנען, זעה איך אז ס'דא אסאך מער וואס איך פארשטיי נישט. ווי געזאגט פריער: שטארבן וועל איך מיט שכל, דער שעלה איז צי מיט דעגות
איך קים כמעט נישט אויס צו טרינקען א קאווע אין קאווע שטיבל. אנשטאטס גיסט זיך עס פליענדיג צו ארבעט, צו מאכן אדער אסאך מאל כאפען אפאר גראשן, קים איך אהער זיצינדעג ראויג וויסינדעג אז קיין וויכטיגע אימעילס ווארט מיך נישט.
בדרך החסידות נלך ובה תחזי ומינה לא תזוע, ובאותה מסילה נעלה כי לא יזנח לעולם ה' את עמו, וכבר הבטיחנו כי לא תשכח מפי זרעם וזרע זרעם עד עולם ובכל דור ודור יש צדיקים שהקב''ה מאיר עיניהם בתוה''ק וישורו דרכם לפני ישראל ויתהלכו לפני ה' בארצות החיים.
קוק_ווינקל האט געשריבן:איז אזוי איך גלייב אז קאווע שטיבל איז די העכסטע שטאפל אין אידישע בלאגינג איך האף צי אינזשויען מיין סטעי דא. איך גלייך צו העלפן אנדערע אין ווי אויך צי שפילן poker אויף קינדל ליין איך פון צייט צו צייט א פיקשען מעשה.
אויף דיר האבן מיר געווארט, כ'טריי שוין אזוי לאנג אויסציפיגערען וויאזוי מען שפילט poker, איך ווארט מיט שפאנונג
משה זעקעל האט געשריבן:איך געפון מיך אין דעם גאר הייליגען היימישע שטעטעל קרית יואל מאנרא ניו יארק איך בין אן געוועזענע ארויני ביז דערווייל זיך איך נאך א רבי. איך האלט אינמיטען טוישען מיין לעבן אויף בעסער איך ליין אסאך קאווע שטיבעל איך האלט אז דא וועל איך קענען טרעפען תריצים אויף די פילע ספיקת וואס איך האב נאך ביטע סיין מיר אויף איך זאל קענען באקומען קלארקייט פון אנדערע מענטשען א דאנק
ס'דא א רבי אין וויליאמסבורג זיין משפחה נאמען איז טייטלבוים האסט עים שוין געטרייט?
משה זעקעל האט געשריבן:איך געפון מיך אין דעם גאר הייליגען היימישע שטעטעל קרית יואל מאנרא ניו יארק איך בין אן געוועזענע ארויני ביז דערווייל זיך איך נאך א רבי. איך האלט אינמיטען טוישען מיין לעבן אויף בעסער איך ליין אסאך קאווע שטיבעל איך האלט אז דא וועל איך קענען טרעפען תריצים אויף די פילע ספיקת וואס איך האב נאך ביטע סיין מיר אויף איך זאל קענען באקומען קלארקייט פון אנדערע מענטשען א דאנק
ס'דא א רבי אין וויליאמסבורג זיין משפחה נאמען איז טייטלבוים האסט עים שוין געטרייט?
איך בין מיך אליינס אבער נישט פולשטענדיג, איך בין וואויל אבער נישט אייביג, איך בין דערהויבן אבער נישט יעדן טאג, יא אזוי פארט לעבן מען האט פון אלע מינים 'צוזאמגעדרייט'